16.12.2016 Views

Hakirya-Vayishlach-5777

Hakirya-Vayishlach-5777

Hakirya-Vayishlach-5777

SHOW MORE
SHOW LESS

Create successful ePaper yourself

Turn your PDF publications into a flip-book with our unique Google optimized e-Paper software.

כסלו תשע"ז לפ"ק

Hakiryah

157

פארק ענד רייד,‏ פאזע 2:

גראנדיעזע אונטערנעמונג וועט

פארטריפלען ״פארק ענד רייד״

צו סערווירן הונדערטער תושבי קרית יואל

ערמעגליכט געווארן דורך 3 מיליאן דאלאר גרענט פון פעדעראלע רעגירונג – וועט קענען אקאמאדירן 335 קארס

– שטייגנדער פארלאנג אין אנבליק פון אומאויפהערליכן וואוקס פון הייליגע שטאט קרית יואל

9

גייענדיג צום דרוק:‏ בשורה טובה ווען ווילעדזש האט ב"ה באוויזן צו ערלעדיגן אז מ'זאל שוין דאס יאר,‏ 2017 למס',‏ קענען באקומען טייל

פונעם גרענט,‏ וואס וועט ערמעגליכן שוין אנצוהייבן די אינזשענירונג ארבעט

הנה יום מתקרב ובא :

״שכונת ויואל משה״ גאלאפירט בס״ד

פאראויס,‏ ערשטער טראקטאר הייבט

שוין אן ארבעט אויפ׳ן באדן

בוי-ארבעט פאר ערשטע 500 דירות שוין אריין אין שוואונג – פלענער אריינגעגעבן געווארן צום ווילעדזש פלענינג באורד,‏ ווילעדזש

דערקלערט זיך אלס ‏"ליעד עיזשענסי"‏ דורכצופירן די פארלאנגטע ‏"סיקרע"‏ פראצעדור – יהדות ניו יארק קוקט ארויס צו זען פראיעק

פארטיג ווי אמשנעלסטן – הונדערטער אידן פרייען זיך מיט בשמחת לבו פון אייגנטימער הרבני הנגיד מו"ה עקיבא הערש קליין הי"ו,‏ חב

הנהלת המתיבתא,‏ ווי אויך ביי שמחה בבית הרבני הנגיד מו"ה מאיר יעקב אינדיג הי"ו,‏ דעוועלאפער 9

הודו לה'‏ כי טוב !

ערשטע פאזע פון לעבנסוויכטיגע

וואסער פייפליין שוין ב״ה פארטיג!‏

העפטיגע ארבעט אין קומענדיגע 6 מאנאטן צו ענדיגן פאזע A1 און אנהייבן ברענגען וואסער

פון קארנוואל קוואל בע"ה

לעצטע 100 פיס פון ערשטע 7 מייל פייפס געצויגן,‏ ערשטע פאזע פייפליין ווערט די וואך באהאפטן פון איין עק צו די אנדערע –

פאזע 1A פאמפ און פילטער סטאנציעס,‏ אין פולן שוואונג – ספעציעלע זיצונג מיט אינזשענירן צו מעגליך טרעפן צייטווייליגע

וועג צו פאמפן וואסער שוין אויף די קומענדיגע העפטיגע בעפאר-פסח סעזאן – פראיעקט קאָסטן פון אריבער 60 מיליאן דאלאר כמעט דאפלט ווי ארגינעל געשאצט ביים אנהויבן 15 יאר צוריק,‏

אין גרויסן טייל צוליב שטערונגען פון אנטי-חסיד'ישע עלעמענטן ווי צב"ש לאנג פארצויגענע געריכט קאסטן,‏ דעזיין פארלאנגען פון וואודבארי,‏ מארקעט אינפלאציע,‏ אא"וו 15

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

2 כסלו תשע"ז \ '16 December

הרחבת גבולי הקדושה אפדעיט:‏

קרית יואל ענטפער אריינגעגעבן פרייטאג ויצא אין ״אפעלאט

דיוויזשאן״ געריכט אפצושלאגן פארלאנג פאר א סטעי

קעגן ״‎164‎״ אנעקסעישאן

אורטייל איבער ‏"סטעי"‏ ערווארטעט אין קומענדיגע טעג - תושבי קרית יואל זענען מרבה בתפילה צו השי"ת און האפן אז אפעלאט געריכט זאל אנערקענען שטארקן דירות געברויך אין קרית יואל און

נאך וואס די מאסיווע העצע פון

‏"יונייטעד מאנרא"‏ און זייערע שטיצער

האט באוואויגן די קאונטי רעגירונג און

ארומיגע מוניציפאליטעטן צו אפעלירן

דעם שטארק גינסטיגן אורטייל פון

ריכטערין וואלש,‏ וועלכע האט פולקאם

באשטעטיגט די "164" אנעקסעישאן

ווי שוין אויספירליך באריכטעט אין די

פאריגע ‏"הקריה",‏ האט די קאונטי אויך

אריינגעגעבן א פארלאנג פון אפעלאט

דיוויזשאן ארויסצוגעבן א ‏"סטעי"‏ צו

שטערן קרית יואל פון קענען אנטוויקלען

די פראפערטי.‏

עס דארף אנגעוויזן ווערן אז דער

איצטיגער פארלאנג פאר א ‏"סטעי"‏ איז

אנדערש ווי דער פריערדיגער ‏"סטעי"‏

פארלאנג וואס איז געווען אין נידריגערן

סופרים קאורט.‏ דער פאריגער ‏"סטעי"‏

איז געווען צו אפשטעלן קרית יואל פון

קענען בכלל אנעקסירן די 164 אקער

לאנד נאך וואס דער טאון אוו מאנרא און

קרית יואל ווילעדזש האבן געשטימט

צו באשטעטיגן די דאזיגע חלק

אנעקסעישאן,‏ און אזויווי די קעגנער

האבן באקומען א סטעי איז דער שטח

פארבליבן אונטער די בעלות פונעם טאון

אוו מאנרא.‏

אצינד איז דאס שוין נישט שייך,‏ אזויווי

קרית יואל האט שוין אדורכגעפירט דעם

פאקטישן אנעקסעישאן פראצעדור

פאריגן פרייטאג האזינו העעל"ט,‏ צווישן

יוכ"פ און סוכות,‏ נאכ'ן אורטייל פון

ריכטערין וואלש,‏ און עס איז רעקארדירט

געווארן ביי די סטעיט,‏ איז במילא שוין

נישט שייך צו בעטן דערויף קיין ‏"סטעי"‏

– כאטש וואס,‏ ווי פארשטענדליך,‏ אויב

ח"ו דער אפעלאט געריכט אורטיילט אז

דער אנעקסעישאן איז נישט בארעכטיגט

פאר סיי וועלכע סיבה,‏ דאן וועט מען

דארפן צוריק אריבערפירן דעם שטח

אונטער'ן בעלות פון טאון אוו מאנרא

– און די איצטיגע ‏"סטעי"‏ איז געצילט

צו שטערן קרית יואל פון קענען טוישן

די זאונינג אויף די דאזיגע פראפערטיס,‏

וואס אפילו נאך ווען דער שטח געפינט

זיך שוין פולקאם אינעם ווילעדזש דארף

דער ווילעדזש נאך אלץ דורכפירן א

‏"סיקרע"‏ און טוישן אפיציעל די זאונינג

פאר יענעם שטח,‏ און דאס ווילן זיי

אצינד אפשטעלן.‏

אויסערדעם זענען יעצט פארגעלייגט

געווארן פאר'ן געריכט 2 באזונדערע

‏"סטעי"‏ פארלאנגען.‏ די קאונטי רעגירונג

און די ארומיגע מוניציפאליטעטן –

וועלכע האבן אינאיינעם אויפגענומען

איין אדוואקאט און זיי פירן אינאיינעם

נישט ארויסגעבן קיין ‏"סטעי"‏

איין קעיס קעגן די אנעקסעישאן

– פארלאנגען אז דער געריכט זאל

ארויס-געבן א סטעי ביז נאך וואס די

פראגע ארום די 164 אנעקסעישאן איז

פולקאם געלעזט,‏ אבער איינמאל די 164

אנעקסעישאן איז באשטעטיגט דורכ'ן

געריכט איז דער סטעי במילא בטל.‏

פון די אנדערע זייט איז אבער דא נאך

א גרופע אנקלעגער ‏"פרעזערוו האדסאן

וואלי",‏ וואס איז ‏"יונייטעד מאנרא"‏

זעלבסט ‏[זיי ווילן נישט בלויז ‏'ראטעווען'‏

מאנרא,‏ נאר זאגאר גאנץ ‏'האדסאן

וואלי',‏ פון דארפן בכלל זען א חסיד'ישן

איד פאר די אויגן...‏ וואס איז די סיבה

פארוואס זיי באקעמפן נישט בלויז קרית

יואל נאר אויך די חרדי'שע איינוואוינער

אין מאנסי/איסט-ראמאפא און דעם

נייעם חרדי'שן ישוב אין בלומינגבורג],‏

זיי פירן א באזונדערע קעיס,‏ און זיי האבן

עקסטער אריינגעגעבן א פארלאנג פאר א

‏"סטעי",‏ אבער זיי פארלאנגען אז זייער

סטעי זאל גיין נאך ווייטער,‏ אז היות ווי

דער אפעלאט געריכט באהאנדלט אויך

די קלאגע פונעם קרית יואל ווילעדזש

צו באשטעטיגן אויך די גאנצע "507"

אנעקסעישאן,‏ זאל דער אפעלאט

געריכט ארויפלייגן א סטעי אויף די 164

אקער לאנד ביז ווי לאנג דער גאנצער

פראצעדור,‏ אויך פון די 507, איז נישט

פארטיג!‏

האפנטליך וועלן ביידע פארלאנגען

ווערן אפגעווארפן,‏ אזוי אז מ'זאל זיך

קענען תיכף נעמען צו דער ארבעט פון

ארויפלייגן די קרית יואל זאונינג אויף

די גאנצע 164 אקער,‏ צו קענען אנהייבן

בויען דירות פאר אידישע קינדער און

העלפן לינדערן דעם דירות מאנגל אין

קרית יואל.‏ אויב וועט דער אפעלאט

געריכט יא ארויסגעבן א ‏"סטעי",‏ וועט

דאס באדייטן אז ס'וועט נעמען מינימום

נאך א יאר בעפאר מ'וועט זיך קענען

נעמען טוישן די זאונינג אויף דעם שטח

און קענען אנהייבן בויען דערויף,‏ און

דאס שוין אפילו אויב דער אפעלאט

געריכט איז עווענטועל גינסטיג לטובת

קרית יואל.‏ און לויט די פינסטערע

‏"יונייטעד מאנרא"‏ פלענער וועט דאס

גאר נעמען עטליכע יאר,‏ ביז נאך וואס די

507 אנעקסעישאן געריכט איז פארטיג.‏

קרית יואל האט אריינגעגעבן אין

געריכט איר ענטפער פארוואס דער

געריכט זאל נישט שענקען קיין איינע

פון די סטעי פארלאנגען,‏ און ס'איז

ערווארטעט אז אין די קומענדיגע וואכן

זאל קומען אן אורטייל איבער די ‏"סטעי"‏

פראגעס.‏ געווענליך קומען נישט פאר

קיין באזונדערע הירינגס איבער א סטעי,‏

נאר נאכן דורכגיין אלע דאקומענטן טוען

די פיר אפעלאט ריכטער פאסן א באשלוס

און שיקן עס אריין פאר ביידע זייטן.‏

באזונדער האט קרית יואל אויך

געבעטן אז ריכטערין וואלש זאל

קענען אורטיילן אויך אויף די ‏"סיקרע"‏

איבערזיכט פון די 507 אנעקסעישאן.‏

‏[אין איר אורטייל באשטעטיגט ד

ריכטערין בלויז די סיקרע פון די 64

אנעקסעישאן,‏ און ערקלערט אז אזויוו

די גאנצע 507 אנעקסעישאן ליגט פאר'‏

אפעלאט דיוויזשאן,‏ דארף דער באשלוס

איבער די 507 סיקרע אויך דארט

באשטעטיגט ווערן,‏ אבער דאס וועט

באדייטן א היפשע פארשלעפעניש אינעם

פראצעדור,‏ און קרית יואל בעט דעריבער

פונעם אפעלאט אז זי זאל ערלויבט ווערן

שוין יעצט צו קענען איבערקוקן די 507

סיקרע און אורטיילן דערויף.]‏

תושבי קרית יואל האפן און זענען

מתפלל אז השי"ת זאל אריינשיינען אין

די הערצער פון קרית יואל'ס פיינט,‏ סיי

פונדרויסן און סיי פון אינעווייניג,‏ אז זיי

זאלן שוין אויפהערן מיט דעם קאמף צו

שטערן די הרחבת גבולי הקדושה פון

רבי'נס הייליגע שטאט,‏ ולא ירעו ולא

ישחיתו בכל הר קדשי.‏

שטורמישע זיצונג אין טאון אוו מאנרא

איבער טוישן ״עקסעסארי אפארטמענט״

זאונינג געזעץ צו שטערן וואוקס פון

חסיד׳ישע איינוואוינער אין טאון

וויסטע העצע פון ‏"יונייטעד מאנרא"‏ אין די לעצטע יארן קעגן קרית יואל פירט צו גיפטיגע שטימונג קעגן חסיד'ישע

איינוואוינער – גאנצער טאון באורד פאראייניגט צו טוישן געזעץ און שטערן חסיד'ישן וואוקס,‏ היציגע דעבאטע צווישן

פאליטישע פראקציעס אינערהאלב טאון באורד אויסגעבראכן איבער צוגאנג און געוויסע דעטאלן פון טוישן דעם געזעץ

פארגאנגענעם מאנטאג ויצא העעל"ט

איז פארגעקומען א גאר שטורמישער

זיצונג אינעם טאון אוו מאנרא,‏ ביי

א פאבליק הירינג וואס איז פאררופן

געווארן דורכ'ן טאון באורד צו

דעבאטירן דעם צוקונפט פון ‏"עקסעסארי

אפארטמענטס"‏ אין גאנצן טאון אוו

מאנרא,‏ און איז באגלייט געווארן דורך

פאליטישע מאכינאציעס און העצערייען,‏

מיט געגנזייטיגע צווישנרופן,‏ פון

די פארשידענע פראקציעס וועלכע

קאנטראלירן היינט צו טאגס דעם טאון

באורד.‏

ליידער,‏ אדאנק די אומאויפהערליכע

העצערייען פון ‏"יונייטעד מאנרא"‏

אין די לעצטע פאר יאר און אדאנק די

שטיצע וואס זיי האבן באקומען פון די

אינערליכע ‏"אלייענס"‏ פאררעטער,‏ איז

געווארן א ‏'נארמאלע'‏ זאך אין טאון

אז מ'מוז טון אלעס וואס מעגליך צו

שטערן די חסיד'ישע באפעלקערונג פון

זיך אויסשפרייטן אין טאון אוו מאנרא,‏

ס'איז געווארן פאפולער צו העצן קעגן

קרית יואל און חסיד'ישע איינוואוינער

אין אלגעמיין,‏ וואס באדייט שטארקע

שוועריקייטן פאר די געפלאנטע

חסיד'ישע דעוועלאפמענטס אין טאון

אוו מאנרא און די ארומיגע טאונס און

ווילעדזשעס.‏

וואס איז דאס ‏"עקסעסארי

אפארטמענט"?!‏

צו פארשטיין וואס דא קאכט זיך יעצט,‏

דארף מען געבן א קורצע איבערבליק

אויף די זאונינג געזעצן אין טאון אוו

מאנרא.‏ ביי תושבי קרית יואל איז גוט

איינגעקריצט אין קאלעקטיוון זכרון

וויאזוי דאס יונגע שטעטל האט אין די

תש"ל יארן,‏ ביים גרינדונג פון קרית יואל,‏

מיטגעמאכט אן א שיעור צרות און עגמת

נפש דורך די טאון באהערדע וועלכע

האט פרובירט צו נוצן די זאונינג געזעצן

אלס שטעקן וויאזוי פטור צו ווערן פון

די ניי-געקומענע ‏'אומגעווינטשענע'‏

חסיד'ישע איינוואוינער.‏ תלי"ת,‏ בכוחו

של אותו זקן דער מייסד הקרי'‏ רביה"ק

בעל דברי יואל זי"ע,‏ האט מען באוויזן

צו גרינדן דעם קרית יואל ווילעדזש און

אזוי ברענגען אן ענדע צו די זאונינג

שיקאנירונגען.‏

פאר א לאנגע צייט האט די טאון

אוו מאנרא אנגעהאלטן אירע גאר

שטייפע זאונינג געזעצן כדי ווייטער צו

האלטן תושבי קרית יואל קאנצענטרירט

בעיקר אין די גרעניצן פונעם קרית יואל

ווילעדזש,‏ אבער מיט'ן לויף פון די יארן

האבן זיי שלום געמאכט מיט'ן מצב

אז קרית יואל איז קאי וקיימי בס"ד,‏

ברצות ה'‏ דרכי איש גם אויביו ישלים

אתו,‏ און דער טאון האט דורכגעפירט

פארשידענע טוישונגען אין אירע

אייגענע זאונינג געזעצן.‏ צווישן זיי איז

געווען אין יאר 2000 למספרם ווען דער

טאון האט דורכגעפירט דעם ‏"עקסעסארי

אפארטמענט"‏ געזעץ.‏

לויט דעם נייעם טויש האט יעדער

איינוואוינער פון אן איין פאמילי

הויז אינעם טאון באקומען די רעכ

צוצובויען נאך א הויז אין די זעלב

גרויס ווי די ארגינעלע הויז.‏ דער צי

פונעם געזעץ איז געווען צו ערלויבן פא

מאנרא איינוואוינער צו ברענגען זייער

עלטערן אדער קינדער וואוינען נעבן זיך

הקריה

נייעס און באריכטן פון קרית יואל

HAKIRYAH

51 Forest Rd. #390 - Monroe, NY 10950

Tel: 845-418-6834 Fax: 845-774-7945

Email: hakiryah@gmail.com

‏(פארזעצונג אויף זייט 14)

אריינצושיקן בריוו צו די רעדאקציע,‏ ווי אויך פאר סיי וועלכע פארשלאגן,‏ עצות און קאמענטארן וויאזוי

צו פארבעסערן אונזער\אייער אויסגאבע,‏ ביטע שיקט אריין אויף דעם אויבנדערמאנטן אדרעס.‏

אייער נאמען וועט געהיטן ווערן אין די רעדאקציע,‏ אויף אייער פארלאנג.‏

Hakiryah is not responsible for typographical errors or opinions expressed by the

writers or advertisers. No part of this publication may be reproduced in any form

without written consent of the publisher.

The Hakiryah Newspaper is independently owned and operated and is not affiliated

with or endorsed by any governmental, political or religious institution. The

viewpoints and opinions expressed in the Hakiryah Newspaper are solely those of

the editors and reporters - unless specifically quoted from a named source - and are

independent from any municipal or organizational entity

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

3 כסלו תשע"ז \ '16 December

לאנג ערווארטעטער מאסיווער ״טראפיק און פיסגייער סעיפטי״ פראיעקט,‏

איבערצומאכן גאנצן טראפיק אויף צענטראלע גאסן אין קרית יואל,‏ גייט

אריין אין לעצטע פאזעס גרייטנדיג זיך אנצוהייבן די פאקטישע ארבעט

פאבליק הירינג ווערט פאררופן דורכ'ן ווילעדזש אין די קומענדיגע וואכן איבערצונעמען ‏"איזמענט"‏ רעכטן ביי א צאל פראפערטיס לענגאויס בעיקערטאון,‏ עיקערס,‏

פארעסט,‏ און מאונטעין ראודס – 80% פון גראנדיעזן צען-מיליאן-דאלארדיגער פראיעקט וועט פינאנצירט ווערן דורך גרענטס פון פעדעראלע רעגירונג – ווערט

אויסגעארבעט צו מאכן אויפ'ן בעסטן וועג פאר די פראפערטי אייגנטימער דורך ‏"איזמענטס"‏ – לעבנסוויכטיגער פראיעקט וועט אריין אין שוואונג קומענדיגן זומער בע"ה

ווי עס איז שוין געווען געמאלדן אויף

די שפאלטן פון ‏"הקריה"‏ מיט א יאר

צוריק,‏ האט דער ווילעדזש אין די לעצ-‏

טע יארן אונטערגענומען א מאסיוון

‏"טראפיק און פיסגייער סעיפטי"‏ פרא-‏

יעקט איבערצומאכן גענצליך דעם גאנצן

טראפיק אין קרית יואל.‏ א גאר דראמא-‏

טישער צען-מיליאן-דאלארדיגער אונ-‏

טערנעמונג וואס האט געדויערט עטליכע

יאר אויסצוארבעטן אלע דעטאלן דערפון.‏

במשך די גאנצע צייט האט דער

ווילעדזש אריינגעלייגט אומערמידליכע

כוחות איבערצוגיין יעדן איינציגן דעטאל

פונעם פראיעקט.‏ סיי דאס אידענטיפיצירן

וועלכע טראפיק פראבלעמען דארפן

פארבעסערט ווערן פאר'ן זיכערהייט פון

די פיסגייער און דרייווער אין די שטאט,‏

סיי דאס אויסארבעטן אלע לעגאלע

דעטאלן וויאזוי אויסצופירן די פאקטישע

טוישונגען,‏ זיצן מיט אינזשענירן און

טראפיק עקספערטן אויסצוארבעטן

אלעס פון א פראקטישן און לעגאלן

שטאנדפונקט,‏ פארשאפן די נויטיגע

פאנדן פאר'ן פראיעקט וואס וועט

אריינציען אין מינימום $10,000,000, און

אזוי ווייטער און ווייטער אלעס וואס האט

זיך אויסגעפעלט צו קענען צוטרעטן צו

די פאקטישע ארבעט.‏

א צאל שריט פון אינערהאלב דעם

פלאן זענען שוין פאקטיש דורכגעפירט

געווארן אין לויף פון די לעצטע יארן,‏

אבער די צענטראלע טיילן דערפון האט

מען ערשט יעצט געענדיגט אויסארבעטן,‏

און לויט'ן פלאן וועט מען אנהייב דעם

קומענדיגן זומער בע"ה צוצוטרעטן צום

לאנג ערווארטעטן פראיעקט,‏ וואס וועט

דראסטיש ענדערן דעם טראפיק אויסקוק

אין די שטאט.‏ ס'וועט טאקע ברענגען

צייטווייליגע שוועריקייטן אין פארשי-‏

דענע ווינקלען פון די שטאט,‏ אבער תושבי

קרית יואל וועלן גאר שנעל אנערקענען

אז דאס וועט ברענגען אומגעהויערע

בענעפיטן פאר אלע צענדליגער טויזנטער

איינוואוינער דא אין שטאט.‏

טראפיק אין קרית יואל וועט אי"ה

באקומען א פנים חדשות

דער מאסיווער פראיעקט איז אונטער-‏

גענומען געווארן שוין מיט א צייט צוריק,‏

נאך וואס די הנהלת הקרי'‏ האט איינגעזען

אז די שטאט איז שוין לאנג אויסגעוואקסן

דעם אמאליגן טראפיק מוסטער.‏ קרית

יואל איז אין אירע בראשית יארן בכלל

מ'וועט ביים מאסיוון פראיעקט פארריכטן דעם טראפיק ביי די ווינקלען פון

עיקערס ראוד/פארעסט ראוד/מאונטעין ראוד אז ס'זאל זיין באזונדערע טוירן

לעינס צו אלע ריכטונגען

נישט געבויט געווארן אלס א שטאט

וואס וועט פארמאגן אזא ריזיגע צאל

ווי 5,500 משפחות בלעה"ר,‏ נישט די

גאסן און נישט די סיידוואלקס,‏ און עס

דערקענט זיך אויף טריט און שריט פאר

יעדן דרייווער און יעדן פיסגייער.‏ שוין

אפגערעדט דערפון אז א גרויסע צאל

פון קרית יואל'ס גאסן,‏ ספעציעל די

צענטראלע גאסן א שטייגער ווי פארעסט,‏

עיקערס,‏ בעיקערטאון,‏ סקאנעמאנק,‏

מאונטעין,‏ אד"ג,‏ זענען בכלל נישט

געבויט געווארן פאר קרית יואל נאר זענען

צוגעשטעלט געווארן דורכ'ן מאנרא טאון

צענדליגער יארן בעפאר קרית יואל האט

בכלל עקזיסטירט.‏

פילע גרויסע אונטערנעמונגען זענען

מער ווי איינמאל איז שוין אנגעוויזן

געווארן אין די דאזיגע שורות אז בעצם

איז דער וואוקס פון א העלט צענטער

נישט עפעס וואס ברענגט ארויס פרייד

געפילן,‏ אבער די געוואלדיגע הצלחה

פונעם עזרת חולים העלט צענטער אין די

לעצטע יארן איז א דירעקטע אפשפיגלונג

פון דעם פענאמענאלן וואוקס בלעה"ר

וואס קרית יואל גייט אדורך,‏ און תושבי

קרית יואל נעמען דעריבער אויף מיט

שטארקער ערווארטונג יעדע פרישע

אנטוויקלונג צווישן די ווענט פונעם עזרת

חולים,‏ וואס האט א דירעקטע השפעה

אויפ'ן געזונט און וואוילזיין פון טויזנטער

תושבי קרית יואל.‏

איין אזא ‏'קרישקעלע'‏ וואס קוקט

אויבנאויף אויס ווי א קלייניקייט,‏

אבער האט פאקטיש ווייטגרייכנדע

שוין אויסגעפירט געווארן דורכ'ן

ווילעדזש צו פארבעסערן דעם מצב,‏

צי ס'איז דער גראנדיעזער ‏"סיידוואלק

פראיעקט"‏ וואס האט שוין איבערגע-‏

מאכט א גרויסן טייל פון די סיידוואלקס

אין שטאט און זעצט פאר כסדר אין

פולן אימפעט;‏ צי ס'איז געווען דאס

אהערשטעלן די טראפיק לאמפן אין

סטראטעגישע ווינקלען;‏ צי דאס איבער-‏

מאכן דעם אריינגאנג צו קרית יואל אויף

בעיקערטאון ראוד וואס דער ווילעדזש

האט ערלעדיגט ביי די קאונטי;‏ צי דער

אויפבוי פונעם ברייט-באנוצטן דעעש

קאנעקטאר ראוד;‏ צי דאס ברייטער מאכן

די שאסייען פון 30-25 פיס ברייט צו

38-35 פיס ברייט;‏ און אזוי ווייטער און

קאנסעקווענצן,‏ איז די מעלדונג איבער א

ספעציעלן גרויסן און רחבות'דיגן פארקינג

לאט וואס ווערט אצינד פלאנירט דורך

עזרת חולים צו ווערן אהערגעשטעלט

אויף פארעסט ראוד,‏ הארט נעבן דעם

אווערפעס אויפ'ן רוט 17 און ביי די זייט

פון די ‏"מאנרא באס"‏ גאראדזש,‏ און וועט

צושטעלן פילע פארקינג ערטער פאר די

עזרת חולים אנגעשטעלטע.‏

כמעט אלע פון די 150 פראפעסיאנאלע

אנגעשטעלטע פון עזרת חולים,‏

דאקטוירים און נוירסעס אד"ג,‏ קומען

צו פארן יעדן טאג צו דער ארבעט מיט

זייערע קארס,‏ זייער אפט טייערע און

‏'בעסערע'‏ קארס,‏ און עס פארלאנגט זיך

צוצושטעלן א געהעריגער ארט וואו זיי

זאלן קענען פארקן און וואו די קארס זאלן

זיין אפגעזונדערט פון אלגעמיינעם פיס

ווייטער.‏

דער איצטיגער ‏"טראפיק און פיסגייער

סעיפטי"‏ וועט זיך אבער קאנצענטרירן

אויף א צאל גראנדיעזע ענדערונגען

אינעם טראפיק מוסטער צו פארלייכ

טערן און פארבעסערן דעם וועג פא

די טויזנטער קארס וועלכע דאמינירן

די שאסייען אין קרית יואל.‏ אזוי צב"ש

וועט איבערגעמאכט ווערן דער ווינקל

וואו עס קומען זיך צוזאם פארעסט

ראוד,‏ עיקערס קאורט,‏ און מאונטעין

ראוד,‏ וואס מאמענטאל איז עס זייער

נישט גוט אויסגעארבעט און מ'דאר

זיך דארט אפשטעלן באלד נאכ'ן דריי

ארויס פון עיקערס צו פארעסט,‏ ביים

‏(פארזעצונג אויף זייט 17)

נייער גרויסער פארקינג לאט געפלאנט פאר

אנגעשטעלטע פון ״עזרת חולים העלט צענטער״

נעבן באס גאראדזש פון ‏"מאנרא באס"‏ פירמע – וועט ברענגען שטארק פאזיטיווע בענעפיטן פאר תושבי קרית יואל

גייענדיג צום דרוק:‏ די סטעיט DOT שענקט ערלויבעניש צו גיין ווייטער מיט דעם גרויסצוגיגן פראיעקט

און קאר טראפיק.‏ פאר די פראפעסיאנאל

אנגעשטעלטע,‏ ביי וועמען די קארס זענען

א וויכטיגער טייל פון טעגליכן רוטין,‏ אי

וויכטיג אהערצושטעלן א פאסיגן אר

וואו די קארס זאלן ליגן איבער'ן טאג וו

לאנג זיי זענען ביי די ארבעט.‏ א גוטע

פארקינג לאט שפילט א ראלע נישט בלוי

אין מאנהעטן,‏ נאר וואו אימער עס געפינען

זיך א גרעסערע צאל פראפעסיאנאלע

איינגעשטעלטע.‏

תושבי קרית יואל האבן שוין מיטגע

האלטן יארן צוריק וויאזוי עזרת חולים הא

אהערגעשטעלט א ספעציעלן פארקינ

לאט אונטער די עזרת חולים געביידע

וואס האט זיך דאן אויסטערליש וויכטי

אויסגעפעלט בשעתו כדי צו פארזיכער

‏(פארזעצונג אויף זייט 19)

וואסער טרוקעניש עטוואס נאכגעלאזט אדאנק רעגן און שניי,‏

אבער ווייט פון גענוג צו לעזן וואסער קריזיס

ערנסטער וואסער ליעק געטראפן ביי גרויסע קאמערציאלע געביידע אין קרית יואל,‏ שאדן פון מיליאנען גאלאן וואסער – פאמפ פון קוואל נעבן ביהמ"ד הגדול גייט ארויס פון דינסט,‏

שאדן פון העכער 300,000 גאלאן וואסער אין די צוויי טאג ביז'ן אינסטאלירן נייעם פאמפ – דאס האט מעגליך געהאלפן טרעפן וועג וויאזוי שטארקער צו מאכן אנדערן קוואל

ווי די שטאט קרית יואל איז שוין

היינט גוט באקאנט געפינט זיך היינט

צו טאגס דער גאנצער ראיאן אין א

וואסער מאנגל,‏ און ספעציעל די עיר

הגדולה לאלקים,‏ קרית יואל מיט אירע

צענדליגער טויזנטער נפשות בלעה"ר

איז דורשטיג,‏ און יעדעס טראפן וואסער

איז קריטיש וויכטיג.‏

איבער די לעצטע וואכן זינט דער

ווינטער האט זיך אנגעהויבן האט מען

געהאט עטליכע גוטע פעסטע רעגנס,‏

ווי אויך אביסעלע שניי,‏ און איין וואך

אין נאוועמבער האט מען שוין נישט

געדארפט אריינברענגען וואסער טראקס

אנצופילן די ליידיגע וואסער טאנקען,‏

אבער ‏"אין חכמה ואין תבונה ואין עצה

נגד השם",‏ און דער אויבערשטער האט

אזוי געפירט אז דער וואסער מאנגל זאל

נאך אלץ אנהאלטן.‏

דער ערשטער סיגנאל איז געקומען

טאקע אנהויב נאך די רעגנס,‏ ווען מ'האט

ערווארטעט אז די וואסער שטאפלען

זאלן זיך הייבן,‏ אבער אנשטאט דעם

האט מען געזען אז ס'שטימט עפעס

נישט,‏ ערגעץ פעלט וואסער,‏ מ'האט זיך

גענומען זוכן און נישט געקענט טרעפן

פון וואו דער לאך קען קומען.‏ מ'האט

געמוזט אראפרופן א טייערע פירמע

וועלכע ספעציאליזירט זיך אין טרעפן

‏'לעכער'‏ אין וואסער סופליי,‏ בעיקר

גייען זיי ארום זוכן וואסער ליעקס וואו

ס'ווערט פארשווינדן אומזיסט וואסער.‏

עס איז גאר אינטערעסאנט וויאזוי דער

אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די

טבע אז ווען עס רינט ערגעץ וואו ארויס

וואסער מאכט עס א גערודער.‏ אויב

ס'איז אייך שוין אמאל אויסגעקומען

אינדערהיים אז א בית הכסא איז גערינען

האט איר זיכער געהערט א גערודער,‏

אזא סארט פייף.‏ איז ווען וואסער

ליעקט ארויס פון ערגעץ אין א גרויסע

מאס לאזט עס אויך ארויס אזא געוויסע

סארט גערודער.‏ עמיצער וואס איז נישט

טרענירט און נישט אויסגעשטאט מיט די

‏(פארזעצונג אויף זייט 19)

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

4 כסלו תשע"ז \ '16 December

ספעציעלע ״בידס״ אפגעהאלטן פאר אלע

ווילעדזש סערוויסעס,‏ געצילט צו שפּאָרן

געלט פאר קרית יואל׳ער שטייערצאלער

אין די לעצטע וואכן זענען

אפגעהאלטן געווארן א רייע בידס,‏ אין

וועלכן קאנטראקטארס האבן געהאט די

געלעגנהייט צו געווינען די עקסקלוסיווע

רעכטן דורכצופירן אלערליי סערוויסעס

אינערהאלב דעם ווילעדזש אויף דעם

קומענדיגן בודזשעט יאר פון 2017 למס'.‏

געזעצליך ווען א מוניציפאליטעט

וויל דורכפירן סיי וועלכע גרעסערע

פראיעקט מוז זי ארויסגעבן א ביד

פאר קאנטראקטארס צו קענען טרעפן

די ביליגסטע און/אדער די בעסטע

קאנטראקטארס דורכצופירן די

ספעציפישע ארבעט פון יענעם פראיעקט.‏

דאס איז געצילט צו פארזיכערן אז

שטייערצאלער געלטער ווערט נישט

פארשווענדעט אומזיסט ווי אויך אז

יעדער קאנטראקטאר האט א שאנס צו

האבן צוטריט צו די גרויסע פראיעקטן.‏

אבער ווען עס קומט צו די

קלענערע טאג טעגליכע סערוויסעס

צו וואס א ווילעדזש דארף כסדר נוצן

קאנטראקטארס,‏ ווי צב"ש מעינטענענס,‏

אפיס ריפעירס,‏ לענדסקעיפינג,‏ פארריכטן

סיידוואלקס,‏ שארטקאטס,‏ און אנדערע

אזעלכע טאג טעגליכע סערוויסעס,‏

איז נישט פאראן קיין געזעץ אז מ'מוז

דאס אויך ארויסגעבן פאר בידינג צו

באקומען די בעסטע פרייזן.‏ פארט האט

דער ווילעדזש,‏ אין א פארזוך צו שפארן

וואס מער שטייערצאלער געלטער,‏ אויך

ארויסגעגעבן די דאזיגע זאכן פאר א ביד

וואו אלע בעלי מלאכה האבן באקומען

א געלעגנהייט צו בידן דערויף,‏ כדי צו

באקומען מערערע פארשלאגן און קענען

אויסוועלן דאס בעסטע פאר תושבי קרית

יואל.‏

נאטירליך איז אוממעגליך צו מאכן

א ביד יעדעס מאל וואס מ'וויל טוישן

א לעקטער אין אפיס...‏ איז דער וועג

וויאזוי עס ארבעט אז מ'שטעלט אויס

אן אלגעמיינער קאנטראקט וואס

שטעלט פאר ספעציפישע ארבעט וואס

דער ווילעדזש פארלאנגט,‏ מיט קלארע

דעטאלן אויף יעדע זאך,‏ און עס ווערט

ארויסגעשטעלט אלס געמיינזאמער

איינמאליגער קאנטראקט,‏ אין וועלכן

דער וואס געווינט דעם קאנטראקט האט

די רעכטן פאר'ן גאנצן קומענדיגן יאר

צוצושטעלן די אלע דאזיגע סערוויסעס

פאר'ן ווילעדזש.‏

דעם פארגאנגענעם נאוועמבער האט

דער ווילעדזש צוגעטיילט די קאנטראקטן

פאר'ן קומענדיגן יאר 2017 למספרם,‏ און

תושבי קרית יואל קוקן ארויס ווייטער צו

געניסן פון די ערשטקלאסיגע סערוויסעס

מיט וואס דער קרית יואל ווילעדזש

צייכנט זיך אויס.‏

מינימום וועידזש הייבט זיך

אין ניו יארק סטעיט אנהויב קומענדיגן

יאנואר צו $9.70 א שעה

אלס טייל פונעם נאציאנאלן קאמפיין

צו הייבן דעם מינימום וועידזש איבער'ן

גאנצן לאנד,‏ האט גאווערנאר קאומא

פאריאר געמאלדן א פלאן צו הייבן

צוביסלעך דעם מינימום וועידזש אין

ניו יארק סטעיט אז ס'זאל ארויפגיין

צוביסלעך ביז $15 א שעה.‏ גייענדיג מיט

70 צענט העכער יעדעס יאר ביז ס'קומט

אן צו $15 א שעה.‏

אין ניו יארק סיטי גייט עס ארויף

נאך שנעלער,‏ אבער וואס ס'איז נוגע

פאר תושבי קרית יואל איז בעיקר דער

פאקט אז אין אפסטעיט גייט עס ארויף

איבער די לעצטע טעג זענען תושבי

קרית יואל וואכזאם צו א פארמערטע

אנוועזנהייט פון פאבליק סעיפטי קארס

וועלכע פארן ארום אין די נאכט שעה'ן

באוואכן די גאסן פון קרית יואל,‏ וואס

איז א ספעציעלער סערוויס אין די

דאזיגע צייטן פון יאר ווען עס געפאלן

אויס פארשידענע גוי'אישע חגאות,‏ און

עס פעלט זיך אויס צו שטיין אויף דער

וואך על כל צרה שלא תבא ח"ו.‏

ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט במשך

די יארן זענען די דאזיגע טעג א זמן מוכן

קומענדיגן יאנואר 2017 1, למספרם

צו א מינימום פון $9.70 פער שעה

וואס אן ארבעטסגעבער דארף געבן

פאר'ן ארבעטער.‏ געוויסע אינדוסטריען

האבן אנדערע אויסנאמען,‏ ווי צב"ש

פאר מוניציפאלע רעגירונג ארבעטער;‏

אינדוסטריען וואו מ'באקומט טיפס,‏

וואס ווערן גערעכנט אלס טייל פון דאס

געהאלט;‏ די פארם אינדוסטריע;‏ אא"וו.‏

עס קען אייך נוגע זיין אויב איר זענט

אן ארבעטסגעבער אדער אן ארבעטער

אין אפסטעיט ניו יארק,‏ מאכט זיכער

אז דער געהאלט שטימט מיט דעם ניו

לפורעניות אין די אלגעמיינע גוי'אישע

וועלט.‏ די אלקאהאלישע אייננאמעס

וועלכע באגלייטן די דאזיגע חגאות פירן

אפט צו ווילדע אויסברוכן,‏ און מערערע

מוניציפאליטעטן האבן ספעציעל

שטרענגע געזעצן אין די דאזיגע טעג

קעגן טרינקען צופיל אלקאהאל,‏ און/‏

אדער פארברעכנס וועלכע זענען אן

אפטער צוזאמענהאנג מיט ווערן שיכור

אין די אלגעמיינע גאס.‏

ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו

והבדילנו מן התועים.‏ ביי אונז ב"ה

יארק סטעיט געזעץ.‏ ס'איז ספעציעל

נוגע ווען איר גיבט אריין די אינפארמא-‏

ציע פון אייערע ארבעטער אדער

אייער געהאלט ביים זיך אנגעבן פאר

רעגירונג'ס פראגראמען,‏ וואו מ'קען זען

אינפארמאציע אז דער מינימום וועידזש

איז ביי $7.25 א שעה,‏ דארף מען אין

אכט נעמען אז דאס איז בלויז דער פע-‏

דעראלער מינימום וועידזש,‏ אבער אין ניו

יארק סטעיט מוז אייער ארבעטסגעבער

אייך באצאלן כאטש $9.70 א שעה.‏

פאבליק סעיפטי קארס פאטראלירן

גאסן פון קרית יואל אין אנבליק פון

בעפארשטייענדע גוי׳אישע חגאות

ווייסט מען נישט צו זאגן פון אזעלכע

ערשיינונגען,‏ ווי אויך האבן מיר גאנץ

קנאפ שייכות מיט די גוי'אישע חגאות.‏

מיר ווייסן אויך אז אם ה'‏ לא ישמר עיר

שוא שקד שומר.‏ מיט דעם אלעם איז

גאר וויכטיג צו טון אונזער השתדלות

אפצוהיטן די שטאט פון אלע פגעים

רעים ומרעין בישין,‏ און דערפאר שטייט

די פאבליק סעיפטי אויף דער פולער

וואכזאמקייט צו זיין גרייט אויף אלעמען.‏

עטליכע פון די קאנטראקטן וואס זענען ארויסגעגעבן געווארן דעם

פארגאנגענעם מאנאט דורכ'ן ווילעדזש פאר די קאנטראקטארס וועלכע האבן

געווינען דעם ביד

וויכטיגע מעלדונג פון ווילעדזש קאמיוניטי סאשעל

סערוויסעס דעפארטמענט

פאספארט אפיס באפעלט:‏

קיינע ברילן אויף פאספארט בילד

דעם פארלאפענעם נאוועמבער 1 איז אריין אין קראפט א נייע רעגולאציע

פונעם פאספארט אפיס אז מ'מוז אויסטון די ברילן ביים כאפן א פאספארט בילד.‏

דער פאספארט אפיס האט אנגעוויזן אז בלויז אין לעצטן יאר אליין זענען

העכער 200,000 פאספארט אפליקאציעס געווארן צוריקגעוויזן צוליב א שוואכע

קוואליטעט בילד,‏ און דער גרעסטער פראבלעם איז געווען ווען די מענטשן

אויפ'ן בילד האבן אנגעהאט ברילן און דאס האט אפעקטירט די קוואליטעט

און קלארקייט פונעם בילד.‏ טויזנטער אפליקאציעס ווערן אויפגעהאלטן אדער

געלייגט אין א זייט צוליב דעם פראבלעם אז דער מענטש אויפ'ן בילד האט

געהאט אנגעטון ברילן,‏ דערפאר האבן זיי ארויסגעגעבן די נייע רעגולאציע.‏

אויב אייער איצטיגער פאספארט האט א בילד פון אייך מיט ברילן דארפט איר

זיך נישט זארגן,‏ נאר ווען איר ווילט באנייען דעם פאספארט זייט גרייט אז דער

נייער בילד וועט נישט טארן פארמאגן אייערע ברילן דערויף.‏

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

5 כסלו תשע"ז \ '16 December

עזרת חולים

אפטיילונג

ספעציעלער ״קינדער געזונטהייט״ סעמינאר

פאר חשוב׳ע מאמעס פאררופן געווארן דורכ׳ן

״פריווענשאן דעפּט.״ פון עזרת חולים העלט צענטער

קומענדיגן מיטוואך וישב פארמיטאג,‏ ,December 21 אין זאלן פון קרן ויואל משה – ערשטער סעמינאר פאר מאמעס פון

קינדער אין עלטער פון 5-12 יאר – פילצאליגע מאמעס זיך רעגיסטרירט אנטיילצונעמען אין רייכן סעמינאר - בארימטע

פראפעסיאנאלן אין פארשידענע געזונטהייט געביטן וועלן איבערגעבן גאר רייכע און וויכטיגע אינפארמאציע וואס זענען

נוגע פאר'ן גאנצן לעבן

נאך די קאלאסאלע ערפאלג ב"ה פונעם

ערשטן ‏"געזונטהייט סעמינאר"‏ וואס איז

צוגעשטעלט געווארן דעם פארלאפענעם

זומער דורכ'ן ‏"עזרת חולים העלט צענטער"‏

פאר מאמעס פון קינדער אין עלטער פון

5-0 יאר,‏ וואס האט צוגעשטעלט קריטיש

וויכטיגע געזונטהייט אינפארמאציע פאר

די באטייליגטע און איז אויפגענומען

געווארן מיט שטארקער ענטוזיאזם,‏ האט

דאס געשטופט ווייטער די אומערמידליכע

הנהלה פון עזרת חולים צו גיין א שטאפל

ווייטער מיט די געזונטהייט סעמינארן,‏

מחיל אל חיל.‏

אין די לעצטע וואך האבן תושבי קרית

יואל באקומען אויף די פאסט א הערליכע

איינלאדונג וואס איז ארויסגעשיקט

געווארן דורכ'ן ‏"פריווענשאן דעפארט-‏

מענט"‏ פון ‏"עזרת חולים העלט צענטער",‏

און האט דערציילט די פרייליכע בשורה אז

א ‏"געזונטהייט סעמינאר"‏ וועט ווידער-‏

אמאל אפגעראכטן ווערן,‏ דאסמאל פאר

מאמעס פון עטוואס עלטערע קינדער,‏

און כמעשהו בראשונה פארשפרעכט

דאס בע"ה ווייטער פארצוזעצן די נייע

‏"פריווענשאן עפאכע"‏ פון געזונטהייט

אין קרית יואל.‏

ווי עס איז שוין אויסגעשמועסט

געווארן אין פריערדיגע ‏"הקריה"‏

אויסגאבעס,‏ האט עזרת חולים העלט

צענטער אין די לעצטע יארן גענומען אויף

זיך אלס א הויפט מיסיע צו אויפארבעטן

די ‏"פריווענשאן דעפארטמענט",‏ וואס

די היינטיגע מאדערנע מעדיצין האט

אנערקענט אז אנשטאט ווארטן ביז דער

מענטש ווערט קראנק ח"ו און דאן אנהייבן

באהאנדלען די סימפטאמען,‏ איז קריטיש

קאלאסאלער אפקלאנג פון גרונטליך-‏

דעטאלירטן באריכט דורך ‏"פידבעק

דעפּט."‏ פון עזרת חולים העלט צענטער

קלארע דעטאלן איבער אלע דריי אפטיילונגען פון פידבעק דעפארטמענט ברענגט שטוינונג

און צופרידנהייט – 1,231 פידבעק טעלעפאן רופן,‏ 2,429 סורוועי ענטפערס,‏ און מערערע קלענערע

פידבעק גרופעס אין לויף פון לעצטע 2 יאר – פילצאליגע פאזיטיווע ענדערונגען דורכגעפירט

אין רעזולטאט פון די שטארקע פידבעק,‏ קריטיק און קאמפלימענטן צוגלייך

‏'איר האט עס געמיינט אמת'דיג?!'‏

דאס איז געווען די נאטירליכע רעאקציע פון א ריזן טייל

תושבי קרית יואל ווען זיי האבן געעפנט די פאסט קעסטלעך

דעם פארגאנגענעם פר'‏ ויצא העעל"ט און געטראפן אין די

פאסט קעסטלעך א הערליך איינגעפאקטן ‏"איבערבליק"‏ וואס

איז ארויסגעשיקט געווארן דורכ'ן ‏"פידבעק דעפארטמענט"‏

אינערהאלב עזרת חולים העלט צענטער.‏ א גרונטליכער

איבערזיכט אויף אלעם וואס האט זיך אפגעשפילט דורכאויס

די פארלאפענע 2 יאר אין די דעפארטמענט.‏

אין אלגעמיין ווייסן שוין תושבי קרית יואל אז ווען

מ'באקומט אזא סארט שטיקל פאסט ארויסגעשיקט דורכ'ן

עזרת חולים איז שטארק וויכטיג און כדאי צו כאפן א בליק

אויף די אינפארמאציע וואס ווערט דארט מיטגעטיילט,‏

וויבאלד עזרת חולים האט זיך שוין בארימט געמאכט אז

אירע פאסט שטיקלעך ברענגען אלעמאל פרייליכע נייעס

און דראמאטישער פארשריט איבער פארשידענע געזונטהייט

סערוויסעס אין די שטאט קרית יואל.‏

דאסמאל האט אבער אפגעווארט אן איבערראשונג.‏ ס'איז

נישט געווען קיין נייעס איבער עפעס ספעציפיש אינעם עזרת

חולים,‏ נאר א הערליכער גאר גרונטליכער איבערזיכט אויף

די אקטיוויטעטן פון איינע פון די סאמע וויכטיגסטע אפטיי-‏

לונגען אינערהאלב עזרת חולים:‏ דער פידבעק דעפארטמענט.‏

דוכט זיך אז אין לויף פון די לעצטע 2 יאר האט דאס ווארט

‏"פידבעק"‏ אנגענומען א גאר נייעם באדייט ביי תושבי קרית

יואל.‏ ס'איז א פארשטענדליכע זאך אז יעדע ארגאניזאציע

אדער ביזנעס זוכט אלעמאל צו באקומען פידבעק פון אירע

באנוצער,‏ אבער געווענליך איז עס זייער שווער צו באקומען,‏

אויב יא באקומט מען כמעט אלעמאל בלויז די נעגאטיווע

פידבעק,‏ אדער אסאך מאל באקומט מען אויך פאזיטיווע

פידבעק,‏ אבער אין אלגעמיין איז עס זייער אויבנאויף.‏ די זאך

איז גוט אדער נישט גוט,‏ די סערוויס דא איז גוט אדער נישט

גוט,‏ אד"ג.‏ זעלטן וואס מען באווייזט צו באקומען ריכטיגע

דעטאלירטע פידבעק,‏ מיט קאנסטרוקטיווע קריטיק און

קלארע קאמפלימענטן אויף א ספעציפישע זאך.‏

עזרת חולים האט זיך ארויסגעלאזט אויף א מיסיע צו

טוישן דעם דאזיגן געדאנקען גאנג,‏ און פאר דעם צוועק

האט זי אויפגענומען די נאציאנאלע פירמע The Crossroads

,Group וועלכע צייכנט זיך אויס אין דורכפירן סורוועיס

אויף פארשידענע געביטן,‏ און זי איז געשטעלט געווארן

צו פארזיכערן אז מ'באקומט א גרויסע מאס פידבעק,‏ מיט

פונקטליכע דעטאלן,‏ פון תושבי קרית יואל איבער אלעם

וואס איז נוגע עזרת חולים העלט צענטער.‏

אין די זעלבע צייט האט מען אויך גענומען האמערן מיט

אלע כוחות אז עזרת חולים איז דא פאר פידבעק.‏ מען זוכט

אייער פידבעק,‏ מען שעצט אייער פידבעק,‏ און מען וועט

אקטיוו דירעקטירן די ארבעט לויט אייער פידבעק.‏ ס'איז

נישט געווארן סתם א לאזונג,‏ נאר אן אינטעגראלער טייל פון

דעם געדאנקען גאנג צווישן די פיר ווענט פון עזרת חולים,‏

אנגעהויבן פון די טיפסטע לעכער אינעם בעיסמענט ביז צו

די שפיץ אנטענעס אויבן אויפ'ן דאך...‏ יעדער וואס דרייט זיך

אין עזרת חולים ווייסט אז פידבעק איז א הויפט דרייווער פון

אקטיוויטעטן אין עזרת חולים,‏ און אז לויט וואס מ'הערט

צוריק פונעם ציבור אזוי ווערן זאכן איינגעשטעלט.‏

‏(פארזעצונג אויף זייט 11)

בארימטער ״טעראפי״ דעפארטמענט

אין עזרת חולים וועט ווערן שטארק

פארברייטערט אין קומענדיגע תקופה

שטארקער פארלאנג פירט צו אויסברייטערונג פון אפטיילונג;‏ ווערט

ערמעגליכט אדאנק איבערבוי פון דריטן שטאק אין עזרת חולים העלט

צענטער – שוין אויפגענומען נייע סערטיפייד ‏"אקופעישאנעל טעראפי

אסיסטענט"‏

וויכטיג צו ארבעטן ווי ווייט מעגליך צו

פארמיידן געזונטע מענטשן פון קראנק

ווערן בכלל,‏ ועל הבריאים שלא יחלו.‏

מערערע פארצווייגטע פעולות זענען

שוין אונטערגענומען געווארן דורך

עזרת חולים אויף דעם געביט,‏ און טראץ

וואס דער ציל פון אזא ‏"פריווענשאן

דעפארטמענט"‏ איז עפעס וואס נעמט

לאנגע יארן ביז מ'קען שניידן דערפון די

פירות,‏ ווערט אבער אויפגענומען מיט

שטארקער צופרידנהייט די געוואלדיגע

פארשריט וואס עזרת חולים און די

שטאט קרית יואל באווייזט אויף דעם

געביט,‏ וואס וועט בע"ה העלפן פארמיידן

אומצאליגע געזונטהייט פראבלעמען אין

דער צוקונפט.‏

פארגאנגענעם זומער האט עזרת

חולים'ס ‏"פריווענשאן דעפארטמענט"‏

גענומען דעם באגריף א שטאפל

העכער,‏ און עס איז פאררופן געווארן

א ‏"געזונטהייט סעמינאר"‏ פאר די

הונדערטער חשוב'ע נשים צדקניות

וועלכע האבן קינדער אין עלטער פון

5-0 יאר,‏ וואס דאס זענען די סאמ

קריטישסטע יארן אין לעבן.‏

ביים סעמינאר האבן אויפגעטרעט

א רייע געזונטהייט פראפעסיאנאלן פו

אינערהאלב די עזרת חולים קארידארן

וועלכע האבן איבערגעגעבן לעבנסוויכ

טיגע אינפארמאציע וואס עלטערן דארפ

וויסן,‏ וואס לויט וויאזוי מ'שטעלט אווע

דעם סדר היום און סדר החיים פון ד

קליינע ליכטיגע קינדערלעך שיחיו,‏ ווע

דאס אי"ה באגלייטן דאס קינד פאר

גאנץ לעבן.‏ אין די יארן קען מען פי

גרינגער אוועקשטעלן די פרינציפן ווא

וועלן פארזיכערן מיט'ן אויבערשטנ'ס

הילף אז דאס קינד האט א געזונטן בליק

און צוגאנג וויאזוי זיך אויפצופירן און

פארמיידן שפעטערדיגע פראבלעמען.‏

אצינד האבן תושבי קרית יואל באקומען

די פרייליכע נייעס אז דער סוקסעס פונעם

ערשטן סעמינאר איז נישט געווען קיין

איינמאליגע ערשיינונג נאר וועט האבן א

פארזעצונג ביים צווייטן סעמינאר,‏ וואו

‏(פארזעצונג אויף זייט 11)

פארברייטערטער ״וויזשאן״ אפטיילונג

ערמעגליכט אויפצונעמען ספעציעלן

״אפטאמעטרי טעקנישאן״

וועט ערמעגליכן די אויגן דאקטוירים צו קענען אננעמען

פיל מער אפוינטמענטס און בעסער באדינען דעם ציבור

וועמען ס'איז לעצטנס אויסגעקומען צו באזוכן דעם הערליכן שפאגל-נייעם

‏"וויזשאן"‏ אפטיילונג אויפ'ן דריטן שטאק אין עזרת חולים העלט צענטער קען

נישט גענוג אויסדרוקן די התפעלות פון באטראכטן דעם פראכטפולן אפטיילונג

וואס איז אויסגערישט געווארן מיט די בעסטע און פארגעשריטנסטע געצייג צו

קענען אויפנעמען און באהאנדלען די פאציענטן און זיי צופרידנשטעלן אויפ'ן

העכסטן פארנעם בס"ד.‏ און אויך פון עזרת חולים הערט מען אז דער איבערגאנג

פונעם וויזשאן אפטיילונג איז אדורך מיט א שטארקע הצלחה ב"ה.‏

איינע פון די שטארקע אויפטוען פונעם נייעם אפטיילונג איז געווען דער

פאקט אז אדאנק די אויסגעברייטערטע דעפארטמענט האט מען געקענט

יעצט אויפנעמען א ספעציעלן ‏"אפטאמעטרי טעקנישאן",‏ א באזונדערער

פראפעסיאנאלער אנגעשטעלטער וועלכער וועט דורכפירן א טייל פון די

טעכנישע פראצעדורן וואס פעלן זיך אויס בשעת'ן באהאנדלען א פאציענט'ס

אויגן.‏

די פראצעדורן פלעגן ביז היינט באהאנדלט ווערן דירעקט דורך די דאקטוירים,‏

וואס האט באדייט אז ס'נעמט אויף זייער טייערע צייט פון קענען באהאנדלען

פאציענטן,‏ וואס זיי קענען ווי פארשטענדליך נישט טון בשעת זיי זענען

פארנומען מיט אריינלייגן די אינפארמאציע אינעם קאמפיוטער און זיך אפגעבן

מיט די איבריגע טעכנישע טיילן פונעם פראצעדור.‏ יעצט מיט'ן אויפנעמען דעם

נייעם טעקנישאן וועלן זיי האבן מער צייט צו קענען זיך בעסער אפגעבן מיט

די פאציענטן,‏ און גלייכצייטיג וועט דאס אויך עפענען די מעגליכקייט צו קענען

אננעמען מער פאציענטן און קעגנקומען דעם שטייגנדן פארלאנג.‏

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

6 כסלו תשע"ז \ '16 December

דערמיט ווילן מיר מעלדן פאר אלע חשוב'ע איינוואוינער שיחיו,‏

איבער דעם STAR פראגראם

וואס גיבט א הנחה אויפ'ן סקול טעקס ביל פאר הויז אייגענטומער וואס

וואוינען אין די אייגענע דירה

אויב האט איר געהאט דעם סטאר קרעדיט פארגאנגענע יאר וועט איר אויטאמאטיש

ווייטער באקומען דעם קרעדיט.‏ איר ברויכט נישט נאכאמאל אפלייען.‏

אויב איר האט נאך נישט געהאט דעם קרעדיט פארגאנגענע יאר דארפט איר רופן די סטעיט

טעקס דעפארטמענט אויף 518-457-2036 צו אפלייען פאר די סטאר קרעדיט.‏

באמערקונג:‏ נייע אפליקאנטען ‏(אנגעהויבן פון 2016) וועלן באקומען א טשעק אין די

פאסט אנשטאט א דיסקאונט אויפ'ן טעקס ביל.‏

כדי צו געניסן פון ‏"סטאר",‏ דארפט איר זיין דער אייגענטומער פון די דירה,‏ ווי אויך דארפט

איר וואוינען אין די דירה ‏(נישט ארויסגעגעבן פאר רענט אד"ג).‏

מעלדונג פאר עלטערע הויז אייגענטומער

באזונדער איז דא פראגראמען וואס גיבן הנחות אויף די סקול און טאון/קאונטי טעקסעס,‏ פאר

‏"סיניאר סיטיזענס"‏ הויז-אייגענטומער,‏ געוואנדן לויט'ן אינקאם.‏

אויב איר וועט זיין 65 יאר בעפאר 17‘ ,31 ,Dec. און אייער פארדינסטן אין 2015 איז געווען

אונטער $86,000 זענט איר ווארשיינליך בארעכטיגט.‏

צו אפלייען רופט אריין אין ווילידזש אפיס,‏ דער דעדליין איז מאנטאג 17‘ ,2 Jan.

מאכט זיכער נישט צו פארפאסן די געלעגענהייט!‏

פאר סיי וועלכע פראגע אדער הילף מיט'ן אויספילן דעם אפליקאציע,‏ פארבינדט אייך מיט אונזער אפיס

783-8300 Ext. 4-4

מיט דאנק,‏ די

ווילידזש טעקס דעפארטמענט

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

7 כסלו תשע"ז \ '16 December

שערי חמלה ווינקל

גאר וויכטיגע אסיפה פון הנהלת מוסד הק'‏ שערי חמלה

מיט מנהלים רוחניים פון מוסדותינו הקדושים

צו אויפבויען פעלזן פעסטע קשר צווישן די אחראים אויפ'ן חינוך אין די מוסדות און די ערפארענע מומחים אויפ'ן

געביט פון אלערליי טעראפיס – א רייע קריטיש וויכטיגע פרטים ווערן אויסגעשמועסט איבער צוגאנג פון מנהלים און

מלמדים צו א קינד וואס ברויך האבן טעראפי,‏ ווי אויך א קינד וואס ברויך עס נישט האבן

הרה"ג ר'‏ ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א,‏ ראש המנהלים,‏ פירט אריין די

אסיפה בטוב טעם ודעת

פרישער ‏"פּ‏ רי-סקול"‏ קלאס אין מוסד הק'‏ שערי חמלה

געעפנט ב"ה צום נייעם זמן,‏ נאך גרויס הארעוואניע

אומגעהויערער פארלאנג צווינגט מוסד צו עפענען פערטע פאראלעל קלאס טראץ אויסטערלישע שוועריקייטן מיט וואס

דאס איז פארבינדן – דאנקבארע עלטערן קענען נישט גענוג אויסדרוקן געפילן פון הכרת הטוב צו הנהלת המוסד פאר

באווייזן דעם געוואלדיגן דורכברוך,‏ טראץ וואס ס'איז נישט אין די אפיציעלע פליכטן פונעם מוסד

עס איז שוין אזא געוואוינהייט ביי

תושבי קרית יואל צו הערן כסדר די נייעס

איבער א פרישן קלאס וואס האט זיך

געעפנט אין קינדערגארטן אדער פרי-‏

סקול.‏ געווענליך ברענגט עס ארויף געפילן

פון פרייד און גליק ביים הערן די הרחבת

גבולי הקדושה,‏ אנדערע זענען שוין מער

‏'אימיונד'‏ פון די נייעס וואס מ'הערט בדרך

כלל כאטש איינמאל א חודש...‏ אבער די

נייעס איבער די פרישע ‏"פרי סקול"‏ קלאס

וואס האט זיך געעפנט אינערהאלב דעם

מוסד הק'‏ שערי חמלה שע"י קרית יואל

סקול דיסטריקט האט געהאט א ספעציעלן

באדייט ביי יעדן וואס האט נאר געוואוסט

וויפיל רויע געפילן ליגן באהאלטן אונטער

די דאזיגע טרוקענע נייעס.‏

צום פינטל.‏ געזעצליך איז יעדע סקול

דיסטריקט פארפליכטעט צוצושטעלן די

נויטיגע סערוויסעס פאר די ספעציעלע

קינדערלעך שיחיו לויט דעם געברויך

וואס זיי דארפן באקומען.‏ פארשטייט זיך

אז וואס מער געלט א סקול דיסטריקט

ספענדעט פאר די געברויכן אלס מער

און בעסער קען מען צושטעלן פאר די

דאזיגע קינדער,‏ און דאס איז אנדערש

פון סקול דיסטריקט צו סקול דיסטריקט.‏

ס'איז פאראן די געזעצליכע מינימום

וואס מ'מוז צושטעלן,‏ און דאס איבריגע

ווענדט זיך שוין אינעם הארץ און געפיל

פון די באטרעפנדע סקול דיסטריקט

באאמטע ‏[אייגנטליך ווענדט זיך עס

אינעם הארץ און געפיל פון די וויילער

אין יענעם דיסטריקט וועלכע דארפן

באשטעטיגן דעם בודזשעט און ערוועלן

די באאמטע...].‏

פארט איז א סקול דיסטריקט נישט

פארפליכטעט געזעצליך צוצושטעלן

קיין פרי-סקול סערוויסעס פאר די דאזיגע

קינדערלעך,‏ און ביז די 5 יאר איז נישט

פאראן קיין געזעץ וואס צווינגט אז מ'זאל

דארפן זיי צושטעלן סערוויסעס און

חינוך פראגראמען.‏ למשל אין מאנרא-‏

וואודבארי סקול דיסטריקט ווערט בכלל

נישט צוגעשטעלט קיין פרי-סקול סערוויס

פאר די קינדערלעך.‏ עס זענען פאראן א

צאל פריוואטע ארגאניזאציעס וועלכע

שטעלן צו פרי-סקול סערוויסעס פאר

די דאזיגע קינדערלעך,‏ אבער זיי זענען

שטארק באגרעניצט אין וויפיל רעגירונג

פאנדן זיי קענען באקומען און ס'איז א

גאר קאמפליצירטער ביוראקראטישער

פראצעדור צו ווערן באשטעטיגט פאר

יעדע קלאס וואס מ'וויל צולייגן צו אזא

פרי-סקול.‏

דא אינעם קרית יואל סקול דיסטריקט,‏

וואו אלעס ווערט צוגעשטעלט מיט

אידישער הארץ און געפיל,‏ ווערט שוין

לאנגע יארן צוגעשטעלט אויך פרי-סקול

סערוויסעס פאר א געקליבענע צאל פון

די ליכטיגע קינדערלעך שיחיו,‏ טראץ

איבער די לעצטע יארן האט די מעדיצינישע און

אקאדעמישע וועלט געמאכט אויסטערלישן פארשריט

אויפ'ן געביט פון פארשידענע ערליי טעראפיס וואס קענען

אויסטערליש שטארק ארויסהעלפן קינדער,‏ בדרך כלל

געזונטע קינדער מיט פיינע קעפלעך וועלכע האבן סיי

וועלכע פראבלעם וואס שטערט זייער אנטוויקלונג און

האט גאר דראמאטישע אויסווירקונגען פאר'ן גאנצן לעבן

פון א קינד.‏

צי ס'זאל זיין אויפ'ן געביט פון ספיטש טעראפי;‏

וויזשאן טעראפי;‏ מוסקלען טעראפי;‏ סאציאלע סקילס;‏

און נאך פארשידענע אנדערע טעראפיס וועלכע קענען

ממש ראטעווען קינדערלעך ממות לחיים.‏ וואס מער

מ'ווערט געוואויר איבער די שטארקע מעגליכקייטן וואס

מ'קען אלץ ארויסהעלפן די תינוקות של בית רבן,‏ קוקט

מען צוריק אויף די יארן וואס מ'האט נישט געהאט די

דאזיגע לעבנסוויכטיגע אינפארמאציע,‏ און מ'קוקט אויף

פאראויס מיט א בקשה על העתיד אז מ'זאל ווירקליך

קענען נוצן די אלע לעבנסוויכטיגע טעראפיס וואס ווערן

אלס מער פארגעשריטן צו העלפן אומצאליגע ליכטיגע

אידישע קינדערלעך שטייגן אויפ'ן לייטער על במתי

התורה והיראה,‏ בדרכי אבותינו ורבותינו הקדושים זי"ע.‏

וואס דער געזעץ פארלאנגט בכלל נישט

אז מ'דארף עס צושטעלן.‏ אבער אויך

דא קומט אן זייער שווער יעדע נייע

קלאס וואס מ'וויל עפענען.‏ ביז היי יאר

האט שערי חמלה פארמאגט 3 פאראלעל

קלאסן אינעם פרי-סקול,‏ מיט 8 קינדער

פער קלאס,‏ אבער מ'האט נישט געקענט

עפענען קיין פרישע פרי-סקול קלאס

צוליב די גרויסע שוועריקייטן מיט וואס

דאס איז פארבינדן.‏

פאקטיש איז פאראן אין מאנסי א

היימישע ארגאניזאציע וועלכע שטעלט

צו פרי-סקול סערוויסעס פאר די דאזיגע

קינדערלעך,‏ אבער זיי זענען שוין אויך

איבערגעפולט און לעצטנס האבן זיי

שוין אויך נישט געקענט אננעמען קיין

פרישע קינדער.‏ ‏[למען האמת,‏ יענער מוסד

שטעלט ווייט נישט צו די סערוויסעס אויף

דעם פארנעם וואס זיי ווערן צוגעשטעלט

אינעם מוסד שערי חמלה,‏ אבער ס'זענען

געווען עלטערן פון קרית יואל וועלכע

האבן געשיקט אהין פשוט צוליב מאנגל

אין פלאץ].‏

אצינד איז דער מצב שוין געקומען

ממש באו מים עד נפש.‏ עלטערן האבן

ממש אראפגעריסן די טירן אז מ'זאל

ארייננעמען זייערע קינדערלעך – וואס

פונקט ווי ביי געווענליכע קינדער,‏ וואס

‏(פארזעצונג אויף זייט 14)

אבער טאקע וויבאלד די וויסנשאפט ארו

די טעראפיס איז נאך רעלאטיוו אין די יונג

שטאפלען איז עס עפעס מיט וואס סתם עמ

איז נאך ווייט נישט באקאנט.‏ מ'זעט אמאל

קינד זיצט אין חדר,‏ א קלוג פארשטענדלי

קינד וואס ס'פעלט אים גארנישט אי

אלגעמיינע הינזיכטן,‏ אבער ווען ס'קומט צו

לערנען גמרא מיט רש"י גייט עס עפעס נישט.‏

אמאל קען עס אויסקוקן סתם ווי א קינד ווא

האלט נישט דערביי,‏ ווען פאקטיש איז ד

עפעס א פיזישע שטערונג וואס א טרענירט

אויג קען אויפכאפן און קומען מיט די בעסטע

לעזונג וויאזוי צו פארריכטן דעם פראבלעם.‏

פון די אנדערע זייט איז פונקט אזוי קלאר אז נישט אלעמאל איז

טעראפי דער ענטפער.‏ אמאל דארף טאקע דאס קינד גארנישט מער ווי

אביסל דיסציפלין און אלעס וועט צוריקגעשטעלט ווערן אויפ'ן פלאץ,‏

אבער דאס דארף ווידער האבן דעם אויג פון א מומחה וועלכער זאל

זיך אראפזעצן מיט'ן קינד און אנערקענען אז פאר'ן קינד פעלט נישט

גארנישט אויסער אביסל חשק התורה.‏

אויסער וואס אין אזא פאל איז א שאד דאס געלט און צייט און כח וואס

ווערט אריינגעלייגט אין פרובירן צו געבן די אומזיסטע טעראפי פאר'ן

קינד,‏ וואס וועט גארנישט העלפן,‏ איז עס אין אלגעמיין בכלל נישט קיין

לכתחילה צו גיין ארויסנעמען א קינד פון קלאס פאר טעראפי אד"ג,‏

וויבאלד דאס שטערט די גאנצע כיתה ווען א קינד פעלט,‏ און דערצו ווען

ס'האלט אן אויף א וועכנטליכן שטייגער,‏ שוין אפגערעדט אז פאר'ן קינד

זעלבסט איז א גרויסער שטער די שעה צוויי וואס ער פארפעלט פון ד

לימודים.‏

נאטירליך ווען ס'קומט צו אזעלכע פראגן זענען די געטרייע מלמדי

די וועלכע שטייען אויף די פראנט ליניע.‏ זיי זענען די וועלכע קומען ד

ערשטע אין קאנטאקט מיט'ן קינד און קענען זען אויב א קינד האט

פראבלעם וואס קען מעגליך געלעזט ווערן דורך טעראפי און ראטעווע

דאס קינד'ס לעבן,‏ אבער ווי מ'פארשטייט אליין איז פשוט אוממעגלי

אז יעדער מלמד אין חדר זאל פארמאגן דאס געניטע אויג פון א

פרישע LED לעקטערס אינסטאלירט

געווארן אין אלע קלאס-צימערן און

דעם גאנצן בנין פון מוסד שערי חמלה

מעגליכקייט צו קאנטראלירן דריי שטאפלען פון ליכטיגקייט,‏ שטארק

וויכטיג פאר פארשידענע פון די ליכטיגע נשמות אינעם מוסד

דער גאנצער גיגאנטישער בנין

פון מוסד הק'‏ שערי חמלה איז אין

די לעצטע מאנאטן אויסגעשטאט

געווארן מיט שפאגל-נייע LED

לעקטערס,‏ וואס אויסער דאס שפארן

געלט דורך אריבערטוישן צו די פיל

ביליגערע LED לעקטערס,‏ האט מען

עס פאקטיש דורכגעפירט צו ברענגען

א פרישע געוואלדיגע בענעפיט פאר

די תלמידי המוסד.‏

ווי באקאנט איז אין חינוך אלעמאל

פאראן א פראבלעם ווען מ'שטעלט

צוזאם א קלאס פון מצויינים אינאיינעם

מיט בינונים און שוואכע,‏ אז ס'איז

שווער צוצופאסן די לימודים אז ס'זאל

שטימען סיי פאר'ן מצוין,‏ סיי פאר'ן

בינוני,‏ און סיי פאר'ן שוואכן.‏ אויב

דאס איז געזאגט געווארן ביי יעדן

מוסד,‏ איז עס על אחת כמה וכמה ביים

הייליגן מוסד שערי חמלה,‏ וואו עס

ווערן נתחנך די הייליגע נשמה'לעך,‏

וואס יעדער פון זיי געפינט זיך אויף

זיין אייגנארטיגן שטאפל און דארף

באזונדערע פלעגונג,‏ פון די אנדערע

זייט איז דאך אבער אוממעגליך צו

האבן איין לערער פאר יעדן קינד,‏

‏(פארזעצונג אויף זייט 14)

ווערן דעריבער א גרופע קינדער

אריינגעשטעלט צוזאמען אין קלאס,‏

און ס'איז א חכמה רבה וויאזוי

אויסצוארבעטן די קלאסן אז אלעס

זאל שטימען.‏

שטעלט זיך אבער ארויס א מערק-‏

ווירדיגער דעטאל,‏ וואס קוקט אפשר

אויס ווי א קלייניקייט אבער פאר טייל

פון די קינדערלעך איז עס גאר וויכטיג,‏

דער צושטאנד פון ליכטיגקייט אין

קלאס.‏ ס'זענען דא קינדער וועלכע

קענען פארנעמען ליכטיגקייט פונקט

ווי יעדער געווענליכער מענטש,‏

אבער ס'זענען אויך דא קינדער

וועלכע דארפן האבן שוואכערע אדער

שטארקערע ליכטיגקייט.‏

אדאנק די נייע פארגעשריטענע LED

לעקטערס איז פאראן א מעגליכקייט

פון דריי שטאפלען אנצושטעלן די

ליכטיגקייט אין צימער.‏ געווענליכע

שטארקייט,‏ עטוואס טונקעלער,‏ און

שוואך ליכטיג.‏ יעדער איינציגער

לערער האט די מעגליכקייט צו קענען

טוישן די שטארקייט פון די לעקטער

אין זיין כיתה לויט ווי ס'פעלט אים

אויס אונטער יענע אומשטענדן.‏

8 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

9 כסלו תשע"ז \ '16 December

ס'איז שווער צו גלייבן אז עס איז נאכ-‏

נישט אריבער קיין 6 יאר פון ווען מ'האט

געעפנט צום ערשטן מאל דעם ‏"פארק

ענד רייד"‏ ביים ווינקל פון בעיקערטאון

ראוד מיט פלאץ פאר 130 קארס.‏ עס

איז געווארן אזא אינטעגראלער טייל

פונעם טעגליכן לעבן אין קרית יואל

אזש ס'דוכט זיך ווי עס געפינט זיך שוין

דארט פון ווען קרית יואל איז געגרינדעט

געווארן...‏ עס איז געווארן א נארמאלע

ערשיינונג אז דער ערשטער סטאפ פונעם

מאנרא באס ביים אנקומען קיין קרית

יואל איז ביים פארק ענד רייד,‏ וואו

צענדליגער רייזנדע וועלן געווענליך

אויסשטייגן און גיין צו זייערע קארס

וועלכע ליגן דארט פארקירט און ווארטן

געדולדיג אויף זייערע אייגנטימער.‏

פאר עמיצן וואס נוצט דעם באס יעדן

טאג אריין צו די סיטי פעלט בכלל נישט

אויס פארצושטעלן די שטארקע אויפטו

פון האבן דעם קאר גרייט ווי נאר מ'קומט

אראפ פון באס ביי א צוגענגליכע

און באקוועמע פלאץ,‏ מ'דארף נישט

ארומפארן די גאנצע שטאט ביז

מ'קען אנקומען אהיים,‏ אזוי אויך איז

עס געווארן א מורא'דיגע הילף פאר

פארקינג ביים ביהמ"ד הגדול,‏ וואו פילע

פארק ענד רייד,‏ פאזע 2:

גראנדיעזע אונטערנעמונג וועט פארטריפלען ״פארק ענד

רייד״ צו סערווירן הונדערטער תושבי קרית יואל

ערמעגליכט געווארן דורך 3 מיליאן דאלאר גרענט פון פעדעראלע רעגירונג – וועט קענען אקאמאדירן 335 קארס

– שטייגנדער פארלאנג אין אנבליק פון אומאויפהערליכן וואוקס פון הייליגע שטאט קרית יואל

גייענדיג צום דרוק:‏ בשורה טובה ווען ווילעדזש האט ב"ה באוויזן צו ערלעדיגן אז מ'זאל שוין דאס יאר,‏ 2017 למס',‏ קענען באקומען טייל פונעם גרענט,‏

וואס וועט ערמעגליכן שוין אנצוהייבן די אינזשענירונג ארבעט

באס רייזנדע פלעגן דארט אראפשטעלן

זייערע קארס און נעמען פון דארט דעם

באס,‏ וואס האט באדייט אז די איבריגע

באי בית המדרש האבן נישט געהאט

די נויטיגע פארקינג פלעצער און דאס

האט פאראורזאכט א שווערן מאנגל

אין פארקינג.‏ אבער אדאנק דעם פארק

ענד רייד איז פריי געווארן צענדליגער

פארקינג פלעצער ארום דעם ביהמ"ד

הגדול,‏ צו דער שטארקער צופרידנהייט

פון די טויזנטער מתפללים ולומדים.‏

דער אומגעהויערער פארלאנג פאר

דעם וויכטיגן סערוויס שטעלט זיך אויך

ארויס וואס א טאג אלס מער.‏ דער פארק

ענד רייד איז טאג טעגליך איבערגעפולט

פון עק צו עק,‏ און ס'איז שוין ווייט נישט

גענוג צו קענען אקאמאדירן אלע רייזנדע

וועלכע פארן אריין טאג טעגליך צו דער

ארבעט.‏ הונדערטער תושבי קרית יואל

ברויכן אריינפארן פאר זייער פרנסה,‏

און דער פארק ענד רייד איז א וויכטיגער

שליסל אין פארגרינגערן זייער טאג און

זיי איינשפאָרן טייערע מינוטן ביים גיין

און קומען.‏

נאכ'ן איינזען דעם אויסטערלישן

פארלאנג איז דער ווילעדזש אריינגע-‏

שפרינגען אין די אונטערנעמונג אויסצו-‏

ברייטערן דעם פארק ענד רייד אין וואס

האט באקומען דעם נאמען ‏"פארק ענד

רייד פאזע 2". אין א געוויסן זין איז דאס

א גאר פאסיגער נאמען,‏ וויבאלד אין די

איצטיגע פאזע וועט דער פארק ענד רייד

אויסגעברייטערט ווערן,‏ און מעגליך מיט

כמעט 2 מאל אזויפיל ווי ביז איצט...‏ וואס

מיינט אז דער פארק ענד רייד וועט כמעט

פארטריפלט ווערן.‏ פון די איצטיגע 130

קארס וואס גייען אריין אינעם פארק ענ

רייד,‏ וועט עס שטארק אויסגעברייטער

ווערן,‏ און מעגליך אז מ'וועט עס קענע

ארויפברענגען צו קענען אנטהאלטן

אזויפיל ווי 330 קארס!‏

‏"פארק-ענד-רייד"‏ המכפלה...‏

ס'איז דא נאך א סיבה פארוואס ‏"פארק

ענד רייד פאזע 2" איז אזא צוגעפאסטער

נאמען:‏ אין די נייע פאזע וועט דער פארק

ענד רייד ווערן צוטיילט אין צוויי שטאק.‏

צום ערשטן מאל אין קרית יואל וואס

ס'וועט אויפגעשטעלט ווערן א געביידע

ספעציעל פאר פארקינג.‏

דער פארק ענד רייד געפינט זיך הארט

נעבן דעם ביזנעס צענטער,‏ ווי באקאנט,‏

אבער דער וועג דארט איז א גאר שיפער

בארג ארויף פונעם ביזנעס צענטער צו

די פארק ענד רייד – א גרויסער טייל פון

די חשוב'ע ליינער געדענקען נאך זיכער

וויאזוי דער באס פלעגט ‏'אריינפאלן'‏

קיין קרית יואל ביים זיך איינדרייען

צו בעיקערטאון אויף יענעם פלאץ,‏

אדאנק דעם גאר שיפן בארג אראפ וואס

געפינט זיך דארט,‏ און דער ‏'פאל'‏ איז

אוועקגענומען געווארן ארום צען יאר

צוריק אדאנק די העפטיגע אינטערווענץ

פון די ווילעדזש באאמטע ביי די קאונטי

רעגירונג – אזוי אז ווען מ'האט געבויט

דעם איצטיגן פארק ענד רייד האט מען

געדארפט בויען א שיפע וואנט אלס

סופארט,‏ אונטערצושטיצן דעם פארק

ענד רייד צו פארזיכערן אז דער וואג

פון די קארס אויבן אויפ'ן בארג פירט

נישט דערצו אז דער בארג זאל זיך

אראפגליטשן.‏

לויט די איצטיגע פלענער וועט מען

אוועקנעמען די וואנט און אנשטאט

וועט דארט געבויט ווערן א מאכטפולע

‏(פארזעצונג אויף זייט 10)

הנה יום מתקרב ובא :

״שכונת ויואל משה״ גאלאפירט פאראויס בס״ד,‏ ערשטער טראקטאר

הייבט שוין אן ארבעט אויפ׳ן באדן

בוי-ארבעט פון ערשטע 500 דירות שוין אריין אין שוואונג – ווילעדזש דערקלערט זיך אלס ‏"ליעד עיזשענסי"‏ דורכצופירן די פארלאנגטע ‏"סיקרע"‏ פראצעדור –

יהדות ניו יארק קוקט ארויס צו זען פראיעקט פארטיג ווי אמשנעלסטן – הונדערטער אידן פרייען זיך מיט בשמחת לבו פון אייגנטימער הרבני הנגיד מו"ה עקיבא

הערש קליין הי"ו,‏ חבר הנהלת המתיבתא,‏ ווי אויך ביי שמחה בבית הרבני הנגיד מו"ה מאיר יעקב אינדיג הי"ו,‏ דעוועלאפער

די שטאט וואקסט...‏ דאס הארץ

וואקסט...‏ קרית יואל וואקסט...‏ א שמחה

אין אלע עולמות.‏

תושבי קרית יואל,‏ וועלכע קוקן שוין

ארויס א לאנגע צייט אויף עפעס וואס זאל

ארויסשלעפן די שטאט פונעם שווערן

דירות מאנגל,‏ האבן אויפגענומען מיט

אויסטערלישער פרייד די פרייליכע נייעס

אז די אייגנטימער און דעוועלאפער

פונעם גיגאנטישן 70 אקער שטח ביים

ווינקל פון קרית יואל זיצן נישט מיט

קיין פארלייגטע הענט נאר האבן זיך

אריינגעווארפן מיט'ן גאנצן פלייס אין

דער עבודת הקודש,‏ צוצושטעלן דירות

פאר אידישע קינדער.‏

שוין אסאך ארומגערעדט געווארן אין

די לעצטע יארן,‏ איבער די שפאלטן פון

‏"הקריה"‏ און אנדערשוואו,‏ איבער דעם

שווערן דירות מאנגל וואס פלאגט קרית

יואל און די אויסטערלישע וויכטיגקייט

אונטערצונעמען שריט וועלכע זאלן

דאס לעזן,‏ איבער'ן קורצן און איבער'ן

לאנגן טערמין.‏ די שטאט מוז זיך גרייטן

אהערצושטעלן ווייניגסטנס 11,000

דירות פאר די קומענדיגע 20 יאר ‏[כ'ווייס,‏

כ'ווייס.‏ מ'האמיר אלעמאל גערעדט פון

10,000 דירות פאר די קומענדיגע 20

יאר,‏ אבער דאס איז שוין געווען מיט

עטליכע יאר צוריק,‏ זינט דאן איז די

שטאט שוין געוואקסן און דערמיט אויך

די צאל דירות וואס מ'דארף האבן פאר'ן

נאטירליכן וואוקס פון די קומענדיגע 20

יאר בלעה"ר].‏

פאר דעם צוועק האט די

אומערמידליכע הנהלת הקרי'‏ זיך

אריינגעלייגט שוין יארן צוריק צו

ארבעטן אויף לאנג טערמיניגע פלענער

ווי אנעקסעישאן,‏ גרינדן די נייע טאון

אוו נארט מאנרא,‏ און לייגן דרוק אויף די

אייגנטימער פון די 70 אקער פראפערטי

ביים ווינקל פון קרית יואל אנצוהייבן

בויען.‏

דאס איז אבער אלעס זייער פיין

און וואויל פאר 2-3 יאר ארום ווען

אלעס וועט שוין זיין דארט מסודר און

אויפגעשטעלט דירות,‏ וואס טוט זיך

מיט היינט מארגן?!‏ אמת,‏ ווען נישט די

פאררעטער פון אלייענס שטרעקן אויס

א האנט צו די פיינט פון קרית יואל און

ראטעווען ‏"יונייטעד מאנרא"‏ אין ד

צייט וואס זיי וואלטן שוין לאנג פון זי

אליין צעפאלן,‏ וואלט בדרך הטבע שוי

געווען היינט אדורך די אנעקסעישא

און הונדערטער משפחות וואלטן שוי

געקענט דארט וואוינען,‏ אבער א מחות

וואס מאכט חתונה קומענדיגע ווא

האט גארנישט פון ווייזן מיט די פינגע

אויף די שולדיגע,‏ פאקטיש דארף ער

דירה,‏ און ס'נישטא וואו צו טרעפן קיי

געהעריגע דירה,‏ שוין אפגערעדט פון ד

פרייזן וואס מ'הערט.‏

אצינד מיט'ן אויפבוי פון ‏"שכונ

ויואל משה"‏ זעט מען שוין פאר די אויג

אט אט די ליכטיגקייט ביים ענדע פון

טונעל,‏ עפעס וואס איז שוין זאפארט

גרייט צו קענען אנהייבן בויען און

דערמיט לינדערן דעם דירות מאנגל.‏

ס'איז דעריבער נאטירליך די

אויסטערלישע שמחה וואס האט

אויסגעבראכן ווען מ'האט געזען די

‏(פארזעצונג אויף זייט 10)

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

10 כסלו תשע"ז \ '16 December

״שכונת ויואל משה״

פלענער

‏(פארזעצונג פון זייט 9)

פאפירן וואס די דעוועלאפער האבן

אריינגעגעבן צום קרית יואל ווילעדזש

פלענינג באורד פאר ‏"ויואל משה

גארדענס",‏ וואו זיי רעכענען אויס זייערע

פלענער פאר'ן צוקונפט.‏ שוין אויף דעם

קומענדיגן מארטש,‏ וואס קומט אויס אין

די געגנט פון יום טוב פסח הבעל"ט,‏ וויל

מען לאזן אין גאנג די ערשטע פאזע פון

500 דירות.‏

לויט ווי הר"ר מאיר יעקב אינדיג הי"ו

האט איבערגעגעבן פאר די לאקאלע

מידיא וועט די ארבעט אויף די דירות גיין

מיט'ן שוואונג פונעם מארקעט,‏ לויט דער

פארלאנג וואס וועט זיך אויספעלן און

לויט'ן אפרוף וואס דער מארקעט וועט

ווייזן צו די דירות.‏ גלייכצייטיג איז אויך

אויפגענומען געווארן מיט געוואלדיגער

צופרידנהייט אז די דעוועלאפער האבן

קלאר געשטעלט אז זיי וועלן מארקעטן

די דירות לויט'ן פרייז פון ארום $200

פער סקווער פוס.‏

מטעם דעם ווילעדזש פלענינג באורד

האט מען קלאר געמאכט אז זיי גרייטן

זיך צו ארבעטן מיט אלע כוחות צו

פארזיכערן אז ס'שטייען נישט קיין

לעגאלע שטרויכלונגען אין וועג,‏ און

זיי וועלן ארבעטן אינאיינעם מיט די

דעוועלאפער צו שטיין צו הילף מיט

אלעם וואס פעלט זיך אויס אז גארנישט

זאל אפהאלטן דעם קריטיש וויכטיגן

פראיעקט פון גיין פאראויס.‏

היות ווי מ'רעדט דא פון אזא

מאסיוון פראיעקט,‏ דארף ווערן

לעגאל דורכגעפירט א ‏"סיקרע"‏

ענווייראמענטאלע איבערזיכט צו

שטודירן דעם אפעקט פונעם פראיעקט

אויף די וואסער,‏ סוער,‏ טראפיק,‏ אד"ג

פון די ארומיגע געגנט,‏ וואס פאקטיש

ביי אזא מאסיוון פראיעקט קומען אריין

פילע פארצווייגטע דעטאלן,‏ א שטייגער

ווי דער פאקט אז מ'וועט אריינפארן

צום פראיעקט פון צוויי עפענונגען אויף

נינינזשער ראוד ‏[בעסער באקאנט אלס

סטעיט פאליס ראוד]‏ און דאס מיינט

אז מ'וועט דארפן צופאסן יענעם ראוד

צו דערהייבן א פיל גרעסערע טראפיק.‏

אזוי אויך וועלן זיין 2 עפענונגען אויף די

אנדערע זייט פון קאונטי רוט 105.

דער ווילעדזש האט שוין געמאלדן אז

זי נעמט די ‏"ליעד עידזשענסי"‏ ראלע און

איז גרייט שוין זאפארט אנצוהייבן דעם

פראצעדור פונעם סיקרע איבערזיכט,‏

וואס וועט לויט'ן פלאן זיך אנהייבן די

קומענדיגע טעג,‏ און אז זי וועט האלטן

די אנדערע רעגירונגען אינפארמירט מיט

אירע געפינסן.‏

די ריזיגע שכונה וואס וועט זיין

נקראת על שמו פונעם מייסד הקרי',‏

אבינו רועינו רביה"ק זי"ע און זיין

הייליג ספר ויואל משה,‏ וועט פארנוצן

א געשאצטע 660,000 גאלאן וואסער

טעגליך,‏ און וועט אויך נוצן די זעלבע

מאס פון 660,000 גאלאן אינעם סוער

דיסטריקט 1 פון אראנדזש קאונטי,‏ וואו

קרית יואל געפינט זיך.‏ עס וועט אויך

ווערן צוגעשטעלט בערך 1,500 פארקינג

פלעצער,‏ 1 פארקינג ספעיס פער דירה.‏

זעלבסטפארשטענדליך אז אונטער די

אלע ציפערן באהאלט זיך דער פריידיגער

פאקט אז דארט וועלן וואוינען העכער

1,500 משפחות,‏ מיט א געשאצטע

9,000 נפשות בלעה"ר!‏ אלעס אהובים

וברורים,‏ יראים ושלמים,‏ הולכים בדרך

האבות ביי וועמען דער ספר הקדוש

ויואל משה און די מלחמה קעגן ציונות

און אלע ערליי עבודה זרה'ס איז דער

שווארץ אפל פון אויג.‏ ס'איז בלי שום

ספק אז דער רבי זי"ע קוקט אראפ מגנזי

מרומים און שעפט תענוג ונחת דקדושה

פון זען די געוואלדיגע הרחבת הגבולים

פון דאס וואס איז אמאל געווען א קליין

‏'שטעטעלע',‏ און היינט וועט בלויז די

איינע שכונה זיין ארום 15 מאל אזוי

גרויס ווי ווען ער האט אנגעהויבן

אויפצושטעלן די שטאט מיט די אייגענע

צען פינגער!‏

יהדות ניו יארק קוקט ארויס אויף

די הצלחה און סיעתא דשמיא,‏ בכוחו

וזכותו של אותו זקן,‏ רביה"ק בעל דברי

יואל זי"ע און רביה"ק בעל ברך משה

זי"ע,‏ און יבלחט"א כ"ק מרן רבינו

הגה"ק שליט"א,‏ וואס זאל באגלייטן

די דעוועלאפער פון די שכונה,‏ און די

הנהלת הקרי'‏ בכלל,‏ צו גיין ווייטער

מחיל אל חיל עד ביאת הגואל ומלכינו

בראשינו,‏ בב"א.‏

Site Plan

קרית יואל ווילעדזש פלענינג באורד מעלדעט פאר די קאונטי אז זי נעמט די

ראלע אלס ‏"ליעד עיזשענסי"‏ פון די ‏"סיקרע"‏ איבערזיכט אויף די געפלאנטע

שכונת ויואל משה

הרה"ח מו"ה מאיר יעקב אינדיג הי"ו,‏ אבזערווירט די ארבעט ביים ברענגען

די ערשטע שטיינער אויסצופלאסטערן דעם וועג פאר די טראקטארן וועלכע

וועלן לאזן אין גאנג די ערשטע קערנדלעך פון די גיגאנטישע ‏"שכונת ויואל

משה"‏ וואס וועט דא אויפגעשטעלט ווערן בס"ד

פארטריפלען

״פארק ענד רייד״

‏(פארזעצונג פון זייט 9)

געביידע פון אייזן וואס וועט ערמעגליכן

אז מ'זאל קענען פארקן סיי אויפ'ן דאך

פון די געביידע,‏ וואס וועט אויסקומען

אקוראט דארט וואו ס'געפינט זיך דער

איצטיגער פארק ענד רייד,‏ און דאס וועט

פארטאפלען די עקזיסטירנדע פארק ענד

רייד.‏ דער ווילעדזש קוקט אויך אריין

אין די מעגליכקייט אויסצוארבעטן אז

מ'זאל פונעם ביזנעס צענטער פארקינג

לאט קענען אריינפארן צו א צווייטע

שטאק וואס וועט זיך געפינען אין די

אונטערשטע שטאק פונעם סטרוקטור.‏

אין אנדערע ווערטער,‏ ביז יעצט קענען

פארקן ביים פארק ענד רייד 130 קארס,‏

נאכ'ן בויען די געביידע וועמענ'ס דאך

וועט זיך געפינען הארט נעבן די ביז

איצטיגע פארק ענד רייד וועט דארט

אויפ'ן דאך זיין פלאץ פאר נאך 110

קארס,‏ און מ'קוקט נאך אריין אין די

מעגליכקייט צו קענען צושטעלן אונטן

פון די געביידע פלאץ פאר נאך 100

קארס,‏ וואס אויב קען מען דאס אויך

באווייזן וועט אינאיינעם עס ערמעגליכן

פאר אזויפיל ווי 335 קארס צו קענען

פארקן ביים אריינגאנג צו קרית יואל,‏ און

פאר הונדערטער קרית יואל'ער ארבעטער

צו קענען געניסן פון די געוואלדיגע

סערוויס,‏ און זיי איינשפאָרן צענדליגער

טייערע מינוטן יעדן איינציגן טאג.‏

ווי מ'האלט יעצט האט די סטעיט

DOT שוין באשטעטיגט דעם פראיעקט.‏

און עס ווערט אויסגעארבעט דער דעזיין

ווי אויך די פינאנציעלע חשבונות פונע

פראיעקט,‏ און די אינזשענירן ארבעט

יעצט אויס די לעצטע דעטאלן צו זע

אויב מ'וועט קענען פון די דאזיגע

מיליאן דאלאר פינאנצירן אויך דא

אהערשטעלן דעם אונטערשטן שטא

פונעם אייזערנעם סטרוקטור אהערצו

שטעלן דארט פארקינג,‏ וואס וועט קענע

צושטעלן פלאץ פאר נאך 100 קארס.‏

אין אנדערע ווערטער,‏ מ'ווע

גאר בקרוב וויסן צי דער פארק ענ

רייד ווערט פארברייטערט צו קענע

אקאמאדירן טאפעלט פון יעצט 35

קארס אדער גאר טריפלט 335 קארס

ארויף פון די איצטיגע 130 קארס.‏ סי

וויאזוי וועט עס זיין אי"ה א פרישע

געוואלדיגער פארשריט אין די הרחב

גבולי הקדושה פון קרית יואל,‏ און ווע

העלפן הונדערטער מענטשן צו גיין או

קומען גרינגער על המחי'‏ ועל הכלכלה.‏

סקיצע פון ‏"פארק ענד רייד פאזע 2", וואס וועט בע"ה צולייגן פארקינג פלאץ

פאר אזויפיל ווי נאך 200 קארס,‏ צו א סך הכל פון 335 קארס

דעם גרעסטן דאנק פאַר אַלע פּראָיעקטן פון הרחבת גבולי הקדושה אין קרית

יואל,‏ איז צו פאַרדאַנקען די טויזנטער פאַראַנטוואָרטליכע איינוואוינער וועלכע

קומען יערליך אַרויס שטימען אין די פּאָליטישע וואַלן,‏ וואָס דאָס ערמעגליכט

מען זאָל קענען צושטעלן פאַר׳ן ציבור די אַלע לעבנסוויכטיגע פּראָיעקטן!‏

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

11 כסלו תשע"ז \ '16 December

בית השחיטה קוואל פון אריבער דעם רט.‏ 17 ליפערט אריין מיליאנען גאלאן וואסער אינעם קרית יואל

וואסער סיסטעם,‏ העלפט לינדערן שווערן וואסער מאנגל אין שטאט

עזרת חולים אפטיילונג

״קינדער געזונטהייט״

פריווענשן סעמינאר

‏(פארזעצונג פון זייט 5)

עס וועט איבערגעגעבן ווערן קריטיש

וויכטיגע געזונטהייט אינפארמאציע פאר

מאמעס פון קינדער אין עלטער פון 12-5

יאר.‏

ביי דעם סעמינאר וועלן אויפטרעטן

עטליכע גרויסע פראפעסיאנאלן אויפ'ן

געביט פון געזונטהייט – פארשטייט זיך

אז זיי וועלן אויפטרעטן אין זייער שפראך

– צווישן זיי וועט אויפטרעטן מרס.‏ מ.‏

שיק,‏ דירעקטאר פון ‏"ביהעווערעל העלט"‏

אפטיילונג אין עזרת חולים;‏ דאקטאר ד.‏

דיק,‏ איינע פון די אויסגערופענע קינדער

דאקטוירים אין עזרת חולים פידיעטריקס

אפטיילונג;‏ און זש.‏ האוקס,‏ מענעדזשער

פון עזרת חולים'ס דענטאל דעפארטמענט.‏

זיי וועלן איבערגעבן פון זייער לאנגיא-‏

ריגער רייכער ערפארונג,‏ נישט בלויז אין

פראקטיצירן מעדיצין,‏ נאר בעיקר זייער

נאנטע באקאנטשאפט מיט'ן לעבנסשטיי-‏

גער און בליק פונעם היימישן ציבור.‏ נאך

יארן זיך געפינען און געטריי באדינען דעם

ציבור תושבי קרית יואל,‏ און זיי וועלן

קענען איבערגעבן די ריכ-טיגע יסודות פון

געזונטהייט וואס וועלן ארויסהעלפן די

חשוב'ע מאמעס האבן די ריכטיגע געצייג

אין די הענט בע"ה.‏

דער סעמינאר איז פאררופן געווארן

אויף דעם קומענדיגן מיטוואך וישב,‏ .Dec

21, פון 10:30 ביז 12:30 פארמיטאג אין די

זאלן פון קרן ויואל משה.‏ עס איז צוגעגרייט

געווארן א רייכער פראגראם,‏ און די

חשוב'ע מאמעס תושבי קרית יואל וועלן

קומען אהיימטראגן די וויכטיגע לעקציעס.‏

עס וועט אויך זיין צוגעשטעלט אויפ'ן

פלאץ בעביסיטינג פאר די קינדערלעך

שיחיו אז די מאמעס זאלן קענען רואיג

מיטהאלטן דעם סעמינאר.‏ באזונדער וועט

ווערן אויסגעטיילט א פרייע מתנה און

לעבהאפטע ‏"טיר פרייזעס",‏ ווי אויך וועט

פארקומען א ספעציעלער גורל פאר אלע

פארזאמלטע.‏

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.‏

‏"פידבעק דעפּט."‏ באריכט

‏(פארזעצונג פון זייט 5)

אצינד איז געקומען די צייט אז גאנץ קרית יואל זאל זיך

באקענען מיט'ן דאזיגן פאקט.‏ אין די וועלט איז באקאנט אז

‏"ציפערן זאגן נישט קיין ליגנט",‏ און ווען מ'דערזעט זיך מיט

א פאקט אז אין לויף פון די לעצטע 2 יאר זענען אריינגעקומען

1,231 פידבעק טעלעפאן רופן – וואס קומט אויס א דורכשניט

פון א גוטע 15-10 טעלעפאן רופן וועכנטליך,‏ – מיינט עס אז

דא שפילט מען זיך נישט ארום.‏ מענטשן קען מען נישט סתם

אויספאפן כסדר,‏ און אויב מענטשן האלטן אין איין אריינרופן

מיט פידבעק,‏ איז עס ווייל יעדער ווייסט און איז איבערצייגט

אז פידבעק רופן ווערן געענטפערט און אויפגענומען מיט'ן

גרעסטן מאס אחריות און אויפמערקזאמקייט.‏

דאס זעלבע איז ווען ס'איז די רעדע פון א שטוינענדע 2,429

סוירוועי רופן וועלכע זענען פולקאם געענטפערט געווארן

דורך תושבי קרית יואל.‏ וואס ווען מ'נעמט אין באטראכט אז

עס ווערן חודש'ליך גערופן פינף פאציענטן פער געזונטהייט

פראוויידאר ‏[דאקטאר,‏ דענטיסט,‏ טעראפיסט]‏ באדייט

עס אז אן איבערוויגנדע מערהייט פון רופער האבן גערן

געענטפערט אלע פראגן פון די בערך-‏‎5‎‏-מינוטיגע סוירוועי,‏

און איבערצייגט ווידער ווי ווייט תושבי קרית יואל נעמען

ערנסט זייער געזונט און זענען גרייט אראפצוגעבן 5 מינוט

צו ענטפערן א סוירוועי וואס ערמעגליכט גאר ווייטגרייכנדע

שינויים און פארבעסערונגען לטובת אלע פאציענטן,‏ פון די

אנדערע זייט דינט עס ווידער אלס באשטעטיגונג אז גאנץ

קרית יואל אנערקענט אז אין עזרת חולים נעמט מען אויף

פידבעק גאר ערנסט.‏

מיט דעם אלעם,‏ ווען מ'האט געעפנט די פאסט און

דורכגעליינט דעם איבערבליק וואס עזרת חולים האט

ארויסגעשיקט,‏ האט עס ווייטער געברענגט שטוינונג ביי

תושבי קרית יואל צו זען ווי ווייט ערנסט עזרת חולים נעמט

די מיסיע פון באקומען פידבעק.‏ נישט בלויז גייט מען אקטיוו

נאך יעדן וואס קען מעגליך געבן סיי וועלכע פידבעק;‏ נישט

בלויז האט מען אויפגענומען א ספעציעלע פירמע מיט

נאציאנאלער ערפארונג דורכצופירן א גאר פראפעסיאנאלע

סוירוועי,‏ וואו אלע אידענטיפיצירנדע אינפארמאציע ווערט

געהאלטן אין שטרענגן געהיים אפילו פון עזרת חולים

זעלבסט;‏ נישט בלויז לאזט מען זיך קאָסטן שווערע געלטער

במשך דעם יאר צו דערמאנען כסדר דעם עולם אריינצורופן

און זיך לאזן הערן,‏ נאר ווען עס זענען שוין דא רעזולטאטן

האלט מען עס נישט ביי זיך אין שופלאד,‏ נאר עס ווערט

ארויסגעשיקט פאר יעדן איינציגן תושב,‏ אז מ'זאל קענען

אליין זען די פונקטליכע רעזולטאטן!‏

אויך אין היינטיגן ‏"הקריה"‏ וועט איר טרעפן דעם

‏"איבערבליק"‏ פון די פונקטליכע רעזולטאטן וואס די סוירוועי

פירמע האט ארויסגעגעבן,‏ זייערע געפינסן נאכ'ן אויספרעגן

תושבי קרית יואל במשך די גאנצע צייט.‏ גלייכצייטיג וועט

זיין אינטערעסאנט איבערצוגעבן פאר די חשוב'ע ליינער

אז דער באריכט איבער די פידבעק האט שוין געברענגט

פאזיטיווע פידבעק,‏ און די הנהלה פון עזרת חולים גיבט

איבער אז זיי הערן פון אלע זייטן די צופרידענע גריסן פונעם

ציבור,‏ נישט בלויז איבער די רעזולטאטן פון די פידבעק,‏ נאר

אויך איבער דעם עצם פאקט אז מ'האט ארויסגעשיקט די

סוירוועי רעזולטאטן פאר'ן גאנצן ציבור.‏

און אגב,‏ אז מ'רעדט שוין,‏ דארף ווערן ארויסגעברענגט

בשבח פון תושבי קרית יואל אז די נאציאנאלע סוירוועי פירמע

זעלבסט איז געווען ערשטוינט און אנגענעם איבערראשט פון

די שטארק פאזיטיווע מיטארבעט וואס זי האט געטראפן ביי

תושבי קרית יואל,‏ די גרייטקייט פון אזא גרויסע פראצענט

אויסגעפרעגטע צו ענטפערן קלאר אויף אלע פראגעס איז

עפעס וואס זיי טרעפן נישט יעדן טאג,‏ און עס האט געשאפן

א שטארקן קידוש ה'‏ צו זען וויאזוי אידישע קינדער זענען

גרייט ארויסצוהעלפן מיט אלעם וואס מעגליך צו הייבן דעם

ניווא פון געזונטהייט סערוויסעס אין די שטאט.‏

12 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

HEMAL VYAS, PT

10:009:00

Monday:

Tuesday:

Wednesday:

Thursday:

Friday:

12:00 pm – 8:00 pm

9:00 am – 5:00 pm

12:00 pm – 8:00 pm

11:00 am – 7:00 pm

10:00 am – 2:00 pm

49 Forest Road

Monroe, NY 10950

845.782.3242

Chairman

Abraham Wieder

Board of Directors

Moses Goldstein

Martin Schlesinger

Israel Sofer

Chaim N. Werczberger

Chaim N. Weinstock

Pinchas Kish

Ronald J. Cohen

N. R. Weiss

E. Srugo

E. Rubinstein

Executive Director

Joel Mittelman

• Elbow, Wrist and Hand Conditions

• Foot and Ankle Conditions

• Hip and knee Conditions

• Balance problems

• Neck and

Spine Conditions

• Shoulder Conditions

• Sciatica

• TMJ

• Carpal Tunnel Syndrome

• Osteoarthritis

• Heel Spurs

• Stroke patients

782-3242 Ext. #6

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

13 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

שערי חמלה ווינקל

גאר וויכטיגע אסיפה

מיט מנהלים רוחניים

‏(פארזעצונג פון זייט 7)

ערפארענעם און געלערנטן מומחה צו

וויסן אויב א קינד דארף יא אדער נישט

טעראפי,‏ וואס איז א ריכטיגע שאלה אין

דיני נפשות.‏ גאנצע דורות ליגן אויפ'ן

וואגשאל פון דעם באשלוס און דאס איז

כמובן א געוואלדיגער אחריות.‏

פאר דעם צוועק איז אפגעהאלטן

געווארן די אסיפה מיט אלע חשוב'ע

מנהלים פון אלע

פליגלען אינערהאלב

די מוסדות הק',‏ כדי

אויפצובויען דעם קשר

צווישן די מנהלים

און די ערפארענע

מומחים אויפ'ן געביט

פון טעראפי,‏ און

אויך אראפצושטעלן

פארשידענע קריטיש

וויכטיגע כללים און

ידיעות וואס זענען נוגע

פאר יעדן איינציגן מחנך

צווישן די ווענט פון די

הייליגע מוסדות,‏ וועלכע

נעמען זייער ערנסט דעם אחריות וואס זיי

האבן פאר יעדע איינציגע נשמה אז ס'זאל

חלילה נישט פארפאלן גיין.‏

‏[אגב מוז אנגעוויזן ווערן,‏ אז אפילו

אויב א מלמד קלערט אז א קינד דארף

צוקומען צו טעראפי,‏ איז ער לעגאל

פארבאטן פון זיך אליין פארבינדן מיט

די מומחים פונעם קרית יואל סקול

דיסטריקט אד"ג צו דיסקוסירן אויב א

קינד דארף באקומען טעראפי.‏ געזעצליך

מוז ער צוריקגיין צו די עלטערן שיחיו און

זיי לאזן הערן זיין מיינונג אז דאס קינד

דארף טעראפי,‏ און ער קען זיי אנווייזן צו

וועמען זיי דארפן זיך ווענדן צו ערלעדיגן

דאס ענין על צד היותר טוב,‏ מיט די

העכסטע מאס פראפעסיאנאליזם און

געהיימניס.‏ דער ענדגילטיגער באשלוס

הרה"ח ר'‏ לייבוש האלפערין הי"ו,‏ מנהל מוסד הק'‏ שערי חמלה,‏ ביי

זיין אויפטריט פאר די מנהלים דמוסדותינו הקדושים

ליגט אבער אויף די עלטערן צי זיי ווילן אז

דאס קינד זאל גיין צו טעראפי אדער נישט

און צו נעמען די נויטיגע שריט,‏ וואס קען

ראטעווען דעם עתיד פון זייער קינד און

14 כסלו תשע"ז \ '16 December

זיינע דורות בע"ה.‏

וואס יא,‏ אויב א מלמד האלט אז א

קינד דארף האבן טעראפי,‏ מעג ער זיך

דורכרעדן מיט א מומחה פרעגן בכלליות

אויב די און יענע סימפטאמען צייגן אויף

א געברויך פאר טעראפי אדער נישט,‏

אן וואס ער זאל זאגן פאר'ן מומחה א

נאמען פון א קינד.‏ פאר דעם צוועק האט

מען טאקע לעצטנס אויסגעארבעט אז

דער ערפארענער מומחה מו"ה ארי'‏

הערשקאוויטש הי"ו דרייט זיך אפט ארום

צווישן די ווענט פון די מוסדות דורך די

וואך,‏ אז ער זאל זיין צוגענגליך פאר יעדן

מלמד אין פאל ער וויל

זיך דורכרעדן איבער

געוויסע סימפטאמען

און ענליכע פראגעס

צו וויסן אויב מ'דארף

עפעס טון דערצו אדער

עס לאזן לויפן.]‏

די אסיפה איז

פארגעקומען אנהייב

פון דעם נייעם ווינטער

זמן אינעם אוידיטאריום

פון מוסד הק'‏ שערי

חמלה שע"י קרית יואל

סקול דיסטריקט,‏ און איז

איינגעלייטעט געווארן

דורכ'ן ענערגישן און איבערגעגעבענעם

ראש המנהלים במוסדותינו הק',‏ הרה"ג

ר'‏ ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א,‏

וועלכער האט מיט קורצע אבער רייכע

ווערטער געשילדערט פאר די מנהלים די

געוואלדיגע אויפטוען פון טעראפי וואס

האט שוין ממש געראטעוועט אידישע

קינדערלעך,‏ און פון די אנדערע זייט

אויך ארויסגעברענגט אז ס'איז פונקט

אזוי וויכטיג צו וויסן ווען מ'דארף נישט

ארויסנעמען א קינד אינמיטן קלאס,‏ וואס

שטערט צומאל דעם סדר היום פאר די

גאנצע כיתה,‏ און ווי וויכטיג ס'איז פאר די

מנהלים צו זען אז יעדער מלמד פארשטייט

זיין אחריות,‏ סיי ווען יא צו שיקן און סיי

ווען נישט.‏

דערנאך האט מען געהערט א לענגערן

אויפטריט דורך הרה"ח ר'‏ לייבוש

האלפערין הי"ו,‏ מנהל פון מוסד שערי

חמלה,‏ וועלכער האט פאר אלעם

ארויסגעברענגט אז ער וויל פארשטיין

געבן אז ער איז ‏'אלערגיש'‏ צום ווארט

‏"פראפעשאנעלס".‏ ס'איז נישטא קיינער

וואס איז אזוי פראפעסיאנאל און קיינער

וואס פארשטייט אזוי גוט צום קינד אין

כיתה ווי דער אייגענער מלמד,‏ וועלכער

ערוועבט זיך לאנגע יארן ערפארונג און

טרענירונג פשוט דורך האנדלען מיט

אזויפיל פארשידנארטיגע נשמות,‏ יאר

איין יאר אויס,‏ און דער גוטער מלמד וועט

שנעל באמערקן אויב עפעס טויג נישט און

וועט אונטערנעמען די נויטיגע שריט עס

צו לעזן.‏

ער האט אראפגעשטעלט אז די

יסודות פון טעראפי באהאנדלונג זענען

‏"פארשטיין,‏ פלאנירן,‏ לעזונג,‏ צוריק

קוקן".‏ קודם דארף דער מלמד פארשטיין

סיי דעם וועג וויאזוי צו באמערקן

פראבלעם,‏ און פונקט אזוי וויכטי

איז אז דער מלמד זאל פארשטיין או

ארויסהאבן די קריטישע נויטווענדיגקיי

צו געבן טעראפי פאר א קינד וואס דאר

עס האבן,‏ טראץ וואס ס'קען אמאל מאכ

אומאנגענעמליכקייטן ווען א קינד גיי

ארויס אינמיטן קלאס;‏ דער מלמד דאר

עס מעלדן פאר די עלטערן און זיי ווענד

זיך צום מומחה פונעם סקול דיסטריק

וועלכער אנאליזירט דאס קינד און גיב

ארויס זיין פראפעסיאנאלע באשלוס

ווען ס'איז שוין קלאר אז דאס קינ

דארף טעראפי דארף מען מאכן א פלא

וויאזוי מ'גייט אים ארויסהעלפן,‏ ווי לאנ

ס'וועט דויערן,‏ אא"וו;‏ דערנאך דארף מע

פאקטיש לעזן דעם פראבלעם,‏ און אוי

עס גייט נישט דארף מען זען וואס צו טו

אז ס'זאל יא ארבעטן;‏ און צום לעצט

אחרון אחרון חביב,‏ נאך יעדע קעי

דארף מען צוריק קוקן און זען וואס הא

יא געארבעט און וואס נישט,‏ אזוי בויע

מען זיך אויף א שלל פון אינפארמאצי

דורך גרונטליכע אנאליזן,‏ וואס ווע

האבן ווייטגרייכנדע קאנסעקווענצ

בע"ה צו קענען נאכמער הייבן דעם ניוו

פון טעראפי סערוויסעס פאר די חשוב'‏

קינדערלעך שיחיו.‏

והודעת להם את הדרך ילכו בה.‏

‏"פּ‏ רי-סקול"‏ קלאס

‏(פארזעצונג פון זייט 7)

פריער מ'הייבט אן צו לערנען מיט'ן קינד אלס גרינגער און בעסער ווערט

דאס קינד אויסגעלערנט – און די געטרייע הנהלת המוסד האט שוין

נישט געקענט צוקוקן דעם געבעט פון די עלטערן שיחיו און דעם צער

פון די קינדערלעך וועלכע דארפן בלייבן אינדערהיים,‏ און אויף דעם

היי יאריגן זמן האט מען זיך אריינגעלייגט אין די לענג און די ברייט און

‏"עקסעסארי

אפארטמענט"‏

‏(פארזעצונג פון זייט 2)

און דורך צובויען א הויז האט מען געקענט מאכן פלאץ פאר עלטערע

מענטשן צו וואוינען נאנט צו זייערע קינדער.‏ דאס האט באקומען דעם

נאמען ‏"עקסעסארי אפארטמענט",‏ און פילע איינוואוינער אין טאון

האבן זינט דאן ווירקליך אויסגענוצט דעם געדאנק און צוגעבויט צו

זייער עקזיסטירנדע הויז נאך א הויז גרייט פאר עלטערן אדער קינדער,‏

אדער סתם צו האבן נאך א שכן נעבן זיך.‏ מ'האט געדארפט באקומען

ערלויבעניש פונעם בילדינג אינספעקטאר צו קענען צובויען נאך אזא

עקסעסארי אפארטמענט.‏

מיט'ן לויף פון די יארן האבן אויך פילע תושבי קרית יואל וועלכע

וואוינען אונטער'ן טאון אוו מאנרא אנגעהויבן אויסנוצן דעם געזעץ צו

בויען נאך א הויז נעבן זייער הויז,‏ אדער לכתחילה צו בויען 2 הייזער

איינס נעבן דאס אנדערע לויט ווי דער געזעץ ערלויבט.‏ מ'קען זען פילע

אזעלכע הייזער אין פארשידענע ווינקלען ארום קרית יואל,‏ ווי צב"ש

אויף ישראל זופניק דרייוו אד"ג.‏ ספעציעל איז עס גאר גוט אויסגענוצט

געווארן דורך די איינוואוינער און דעוועלאפער אין די חברון/ראוונע

געגנט,‏ וואו עס זענען געבויט געווארן מערערע דירות אין שטחים

וועלכע געפינען זיך אין טאון אוו מאנרא,‏ און יעדע פון די הייזער האט

צוגעבויט אן עקסעסארי אפארטמענט וואס האט געמאכט דאס קויפן

און בויען די דירה פיל ביליגער און מער צוגענגליך.‏

דער ווילעדזש האט בשעתו שטארק ארויסגעהאלפן די דעוועלאפער

אין יענע געגנט מיט אלעם וואס שייך,‏ נאכדערצו ווען אין יענע צייט

האט מען שוין אנגעהויבן זען אויפ'ן האריזאנט דעם שווערן דירות

מאנגל וואס רוקט זיך אן אויף די שטאט,‏ און דאס בויען עקסעסארי

אפארטמענטס האט ערמעגליכט אויפצובויען פילע צענדליגער דירות

פאר חסיד'ישע איינוואוינער נאנט צו קרית יואל,‏ מיט א שטארקן

בענעפיט פאר די גאנצע שטאט.‏ ‏[אזוי אויך האבן יענע דירות באקומען

זייער וואסער דורכ'ן זיך אנהעפטן מיט קרית יואל'ס וואסער סיסטעם,‏

מ'האט באוויזן ב"ה צו ערמעגליכן דאס עפענען פון א פערטע פאראלעל

קלאס אינעם פרי-סקול פון הייליגן מוסד שערי חמלה.‏

ס'איז געווען א עקסטערער פראבלעם אז מ'האט געדארפט אין

איילעניש טרעפן פלאץ פאר א פרישע קלאס אינעם מוסד שערי חמלה

וואס איז גענצליך איבערגעפולט עד אפס מקום,‏ אבער ס'איז געווען

קלאר פאר יעדן אז אויב מ'האט באוויזן צו באקומען די ערלויבעניש

פון די רעגירונג צו עפענען אזא קלאס מוז מען עס כאפן מיט ביידע

הענט,‏ און מ'האט בליץ שנעל אהערגעשטעלט א פלאץ אינעם מוסד וואו

וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס שטארקע הילף סיי פאר יענע

דעוועלאפמענטס און סיי פאר קרית יואל צו העלפן פינאנצירן די

קאסטן פונעם פייפליין געבוי.]‏

ווער קען בעסער שטערן קרית יואל?!‏

דאס האט אנגעהאלטן אזוי פאר א שיינע עטליכע יאר,‏ און ס'האט

קיינעם פון די דרויסנדיגע שכנים נישט צופיל געקימערט.‏ במשך די

צייט זענען אויך געפלאנט געווארן א צאל דעוועלאפמענטס אין טאון

אוו מאנרא דורך חסיד'ישע דעוועלאפערס,‏ וועלכע האבן אריינגעגעבן

זייערע פלענער צו בויען הייזער אינאיינעם מיט עקסעסארי

אפארטמענטס,‏ געצילט עווענטועל צו פארקויפן פאר חסיד'ישע

איינוואוינער,‏ ספעציעל אזעלכע וואס זוכן דוקא צו וואוינען אין א מער

עקסקלוסיווע אטמאספערע און קענען זיך ערלויבן צו צאלן מער געלט

פאר א דירה מיט בלויז איין שכן.‏ מ'האט נישט געהערט פון קיינעם

קיין מוק דערוועגן.‏

אין די לעצטע יארן אבער,‏ זינט ‏"יונייטעד מאנרא"‏ האט

אונטערגענומען זייער שרעקליכע העצע קאמפיין קעגן קרית יואל,‏

וואס האט געשלאגן ווארצלען ביי א היפשע צאל איינוואוינער אין

טאון אוו מאנרא,‏ און דערצו ווען זיי האבן באקומען אפענע חיזוק און

שטיצע דורך די ‏"אלייענס"‏ פאררעטער,‏ וואס האט געצייגט פאר די

ארומיגע באפעלקערונג אז מ'מעג און מ'קען אפן ארבעטן צו צוברעכן

קרית יואל און נאך באקומען דערפאר 1,800 אלייענס שטימען.‏ דאס

האט דראסטיש געטוישט די פאליטישע שטימונג אין טאון,‏ און האט

געשטעלט דעם טאן אז צו געווינען וואלן אין טאון אוו מאנרא מוז מען

ארויסטרעטן קעגן די אינטערעסן פון חסיד'ישע אידן.‏

גלייכצייטיג,‏ א דאנק די ארבעט פון ‏"יונייטעד מאנרא"‏ און די

‏"אלייענס"‏ צו שטערן דעם אנעקסעישאן פראצעדור פונקט ווי ביי

דעם שפעטערדיגן פארשלאג פאר א נייעם טאון אוו נארט מאנרא,‏

האט דאס געפירט צו א שווערן דירות מאנגל אין קרית יואל,‏ און די

דעוועלאפערס פון די געגנטער אין טאון האבן געשפירט אז דאס איז

א גוטע געלעגנהייט ארויפצושפרינגען אויף דעם איבערגעהיצטן

מארקעט און עס איינקעשן ‏[וואס,‏ אגב,‏ דאס איז טאקע געווען א

הויפט אונטערלאגע פון די ‏"אלייענס"‏ פירער,‏ וועלכע האבן אליין

מ'האט געקענט עפענען די פערטע פאראלעל קלאס.‏

נאטירליך איז אויך די דאזיגע קלאס צוגעשטעלט געווארן אויפ'ן

זעלבן הויכן ניווא ווי אלע סערוויסעס אין מוסד שערי חמלה,‏ און די

גריסן וואס מ'הערט צוריק אין די ערשטע וואכן פונעם נייעם קלאס

זענען ב"ה געוואלדיג,‏ וואס די עלטערן שיחיו הערן נישט אויף זיך צו

באדאנקען פאר די געטרייע הנהלת המוסד וועלכע האט זיך מוסר נפש

געווען לפנים משורת הדין און באוויזן דעם געוואלדיגן דורכברוך בס"ד.‏

אינוועסטירט אין א צאל טאון דעוועלאפמענטס און האבן דעריבער

אקטיוו געארבעט אונטערצוברעכן דעם דירות מארקעט אין קרית יוא

כדי זיך אנצושטאפן די טאשן פונעם קריזיס].‏ עס האבן מיטאמאל זי

גענומען צואיילן און ארויסשפראצן די חסיד'ישע דעוועלאפמענטס אי

טאון,‏ וואס האט ארויסגערופן א וויי געשריי ביי די טאון איינוואוינע

וואס זענען שוין געווען גענוג אונטערגעהעצט דורך ‏"יונייטעד מאנרא"‏

פון די אנדערע זייט האבן די קעגנער פון ‏"יונייטעד מאנרא

אינערהאלב די טאון באורד,‏ צווישן זיי דער טאון סופערווייזאר הארל

דאולס און אנדערע,‏ זיך ארומדערזען אז זייער פאליטישע קאריערע אי

אין געפאר צוליב דעם העסליכן שידוך צווישן ‏"יונייטעד מאנרא"‏ און

‏"אלייענס",‏ נאכדערצו האבן זיי זיך געשפירט ביטער פארראטן דורך די

אלייענס פירער וועמען זיי האבן אלע יארן ארויסגעהאלפן מיט אלעם

וואס יענע האבן געדארפט ‏['התגארעס באימעת',‏ ווי באקאנט,‏ האט

אן ‏'עקספיירעישאן דעיט'‏ און ארבעט נאר קעגן איין סארט גוי...‏ א גו

וואס שטייט אין וועג פאר די אלייענס מעג מען ברענען און בראטן...‏

נישטא ווער ס'זאל לאכן].‏

ס'איז געקומען צו א מצב אז סופערווייזאר דאולס,‏ אין א פארזוך צ

ראטעווען זיין פאליטישע קאריערע,‏ האט זיך גענומען ארויסשטעל

גאר שארף קעגן יעדע סארט חסיד'ישע דעוועלאפמענט אין טאון או

מאנרא.‏ זיין ניגון לויפט אז ער איז גרייט צו געבן עפעס פאר קרית יואל,‏

צי ס'איז די 164 אנעקסעישאן אדער דעם טאון אוו נארט מאנרא,‏ אבע

נישט אריינצולאזן חסיד'ישע איינוואוינער וואוינען אין טאון ווא

וועט ברענגען פראבלעמען מיט די שכנים און האט דעם פאטענציא

צו מאכן פראבלעמען פאר'ן מאנרא וואודבארי סקול דיסטריקט,‏

שטייגער ווי וואס ס'האט פאסירט אין איסט ראמאפא.‏ ‏[מיר וועל

זיך נישט ספראווען דא יעצט מיט די נארישקייטן,‏ שוין אפגערעד

דערפון אז גארנישט בארעכטיגט נישט די קלארע דיסקרימינאציע קעג

חסיד'ישע איינוואוינער.]‏

א הויפט פרואוו אין שטערן די חסיד'ישע דעוועלאפמענטס פו

גיין פאראויס איז – נאכ'ן פאריאריגן געווינס פון יונייטעד מאנר

צו האבן א רוב אינעם טאון באורד – געווארן דאס איבערמאכן דע

‏"מייסטער פלאן"‏ און די זאונינג געזעצן פונעם טאון אוו מאנרא

עס האט זיך אנגעהויבן מיט'ן דורכפירן א ברייטן מאראטאריו

‏(פארזעצונג אויף זייט 37)

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

15 כסלו תשע"ז \ '16 December

הודו לה'‏ כי טוב !

ערשטע פאזע פון אינסטאלירן

לעבנסוויכטיגע וואסער פייפליין שוין

ב״ה פארטיג!‏

העפטיגע ארבעט אין קומענדיגע 6 מאנאטן צו ענדיגן פאזע 1A און אנהייבן ברענגען

וואסער פון קארנוואל קוואל בע"ה

לעצטע 100 פיס פון ערשטע 7 מייל פייפס געצויגן,‏ ערשטע פאזע פייפליין ווערט די וואך באהאפטן פון איין עק צו די

אנדערע – קאנסטראקשן אויף פאזע 1A פאמפ און פילטער סטאנציעס,‏ אין פולן שוואונג – ספעציעלע זיצונג מיט

אינזשענירן צו מעגליך טרעפן צייטווייליגע וועג צו פאמפן וואסער שוין אויף די קומענדיגע העפטיגע בעפאר-פסח

סעזאן – פראיעקט קאָסטן פון אריבער 60 מיליאן דאלאר כמעט דאפלט ווי ארגינעל געשאצט ביים אנהויבן 15 יאר

צוריק,‏ אין גרויסן טייל צוליב שטערונגען פון אנטי-חסיד'ישע עלעמענטן ווי צב"ש לאנג פארצויגענע געריכט קאסטן,‏

דעזיין פארלאנגען פון וואודבארי,‏ מארקעט אינפלאציע,‏ אא"וו

די ארבעט צוצוענדיגן די לעצטע 100 פיס פונעם וואסער פייפליין פאזע 1, אויף קאונטי רוט 44

ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן

הזה!‏

נאך לאנגע יארן וואס תושבי קרית

יואל הערן אזויפיל איבער דעם געפלאנטן

וואסער-פייפליין,‏ נאך אזויפיל יארן פון

שטיינער און שטרויכלונגען וואס דער

ס"מ און זיינע שלוחים האבן אונטער-‏

גערוקט צו שטערן די הרחבת גבולי

הקדושה,‏ נאך אזא אויסטערלישע הארע-‏

וואניע און אומערמידליכע ארבעט דורך

די געטרייע הנהלת הקרי',‏ האלט מען

שוין ב"ה ביים זען די ליכטיגקייט ביי די

ענדע פונעם טונעל,‏ לייען:‏ פייפליין.‏

פאקטיש,‏ בעת איר וועט ליינען די

דאזיגע שורות,‏ וועט מען שוין קענען

שפירן די קארנוואל לופט ווי עס קומט

ארויס דורכ'ן פייפליין ביז קיין קרית

יואל...‏

די ערשטע פאזע פונעם פייפליין,‏ צו

בויען די 7 מייל פייפליין פון קרית יואל

ביז קארנוואל,‏ איז שוין פולקאם געענדיגט

געווארן אין די לעצטע וואכן ווען די

ד'נאנזיא פירמע האט געענדיגט אריינלייגן

די לעצטע 100 פיס פון פייפ וואס האט

באהאפטן דעם פייפליין פון איין עק צו די

אנדערע,‏ אויף קאונטי ראוד 44 און סטעיט

רוט 32.

אין די זעלבע צייט ארבעט מען גאר

העפטיג צו ענדיגן פאזע 1A פונעם פייפ-‏

ליין צו בויען די 2 פאמפ סטאנציעס און

די פילטער סטאנציע.‏ מ'ווארט נאך אויף

פארשידענע פערמיטן און אנטוויקלונגען,‏

אבער דער עיקר ווארט מען צו קענען

באקומען די נויטיגע עקוויפמענט וואס

גייט זיך אויספעלן פאר די גרויסע פאמפ

סטאנציע אין מאונטענוויל,‏ וואס צוליב

איר רעלאטיווער גרויס,‏ גרעסער ווי א

געווענליכע פאמפ סטאנציע,‏ וואס פעלט

זיך אויס אז זי זאל קענען אומאויפהערליך

שטופן פאראויס טויזנטער גאלאנען

וואסער יעדע סעקונדע,‏ וועט דויערן

עטליכע מאנאטן ביז ווען מ'וועט קענען

באקומען אלע עקוויפמענט פון די

פירמע וועלכע פראדוצירט די ספעציעלע

מאשינען און כלים וואס פעלן זיך אויס

פאר אזעלכע פאמפ סטאנציעס.‏

מעגליכקייט צו קענען אפשר

געניסן שוין אויף היי יאריגן

בעפאר-פסח סעזאן

ווי עס האלט יעצט האפט מען בע"ה

צו האבן געפארטיגט די פילטער און

ביידע פאמפ סטאנציעס ערשט אויף

ענדע קומענדיגן מאי,‏ און א חודש

שפעטער,‏ ד.ה.‏ ענדע יוני,‏ וועט עס קענען

אריינגיין אין באנוץ.‏ דאס קומט אויס

ערשט נאך פסח און

מיינט אז מ'וועט

נאכנישט קענען נוצן

דעם פייפליין אינעם

בעפארשטייענדן

בעפאר-פסח סעזאן,‏

ווען אידישע פרויען

זענען מקיים דעם

קשר"ק מיט'ן גאנצן

כח,‏ און דער וואסער

באנוץ שטייגט גאר

שטארק,‏ מער ווי די

1.8 מיליאן גאלאן

וואס ווערט פארנוצט

אין א געווענליכן

טאג,‏ און ס'וואלט

געווען א געוואלדיגע

טובה פאר קרית יואל

אז מ'זאל שוין קענען

אריינברענגען דעם

קארנוואל קוואל

מיט אירע טעגליכע

612,000 גאלאן

וואסער אין באנוץ.‏

אבער אויב מ'קען

נישט פאמפן דאס וואסער ווייל די

גרויסע פאמפ סטאנציע איז נאכנישט

פארטיג,‏ דאן וויאזוי קומט די קאץ

איבער'ן וואסער?‏ אדער בעסער געזאגט,‏

דאס וואסער איבער דעם פייפליין?‏

פאר דעם צוועק איז דעם פארגאנגע-‏

נעם ג'‏ חיי שרה,‏ לסדר הנה אנכי נצב על

עין המים,‏ פארגעקומען א ספעציעלע

זיצונג מיט די ערפארענע אינזשענירן צו

פרובירן אויפקומען מיט א וועג אז מ'זאל

קענען אריינשטעלן א צייטווייליגע

פאמפ וואס זאל ערלויבן אנצוהייבן

ברענגען דאס וואסער נאך אפילו בעפאר

די גרויסע פאמפ סטאנציע איז פארטיג.‏

מאמענטאל קוקט מען אריין אין

פארשידענע מעגליכקייטן עס צו קענען

באווייזן,‏ און אפילו אויב עס געלונגט

פאר די אינזשענירן אויפצוקומען

מיט עפעס א וועג דארף מען דערנאך

באקומען באשטעטיגונג פון די ניו יארק

סטעיט העלט דעפט.‏ (DOH) – אבער

דאס וועט האפנטליך נישט זיין קיין

שווערע זאך,‏ וויבאלד זיי ווייסן זייער

גוט אז קרית יואל געפינט זיך אונטער

אן עקסטרעמע וואסער עמערזשענסי,‏

וואס מ'האפט טאקע אז דער ווינטער

זאל האבן גענוג רעגן און שניי צו

הייבן די וואסער שטאפלען אין די

אונטערערדישע וואסער קוועלער,‏ אבער

גלייכצייטיג וועט קרית יואל שוין זיין

רייכער מיט עטליכע הונדערט נפשות

ביז דעם קומענדיגן בעפאר-פסח סעזאן

בע"ה,‏ און דער וואסער געברויך האלט

אין איין שטייגן,‏ וואס מיינט אז מ'וועט

בע"ה קענען באקומען די אפראוועל פון

די העלט דעפארטמענט.‏

פייפליין אפדעיט

פאזע 1A

• עש"ק תולדות:‏ געענדיגט אינסטאלירן ‏"אינלעט ענד אוטלעט"‏

פייפ העכער קארנוואל קוואל;‏ מ'פירט דורך ‏"פרעשור טעסטינג".‏

• עש"ק תולדות:‏ אנגעהויבן אינסטאלירן פייפס אראפ טיף אין דער

ערד צו די קארנוואל קוועלער.‏

• ה'‏ ויצא:‏ די ווילידזש אינזשענירן זיצן מיט ‏"קאפאלע"‏ פירמע

אויף די סייט אפראוועל פון די פאמפ סטאנציעס.‏

• ב'‏ וישלח:‏ קאונטי שענקט ערלויבעניש אויסצוציען ארבעט אויף

קאונטי ראוד מיט נאך א וואך – אנשטאט אויסלויפן דעצעמבער 15,

דאנערשטאג וישלח – צו ענדיגן פולקאם די לעצטע ארבעט ארום די

ערשטע פאזע פייפליין,‏ און צוריק אהערשטעלן דאס פלאץ פונקט ווי

בעפאר'ן בויען

ס'איז נאך צו פרי צו וויסן שוין יעצ

צי מ'וועט עס באווייזן,‏ אבער די הנהלת

הקרי'‏ ארבעט אומערמידליך עס צו קענען

ערלעדיגן בס"ד,‏ אזוי אז מ'זאל נישט

ברויכן אריינברענגען קיין עקסטערע

וואסער טראקס בעפאר די פסח טעג.‏

קאָ‏ סטן פון גיגאנטישן פראיעקט

כמעט דאפלט מער ווי אריגינעל

געפלאנט 15 יאר צוריק,‏ שטייגן צו

אריבער 60 מיליאן דאלאר צוליב

געריכט קאסטן און וואודבארי

דעזיין פארלאנגען

מיט 15 יאר צוריק ווען מ'האט זיך

גענומען ערנסט גרייטן אנצו-הייבן די

בוי-ארבעט פאר'ן פייפליין,‏ איז געשאצט

געווארן אז דער גאנצער פראיעקט וועט

אפקאָסטן 27.9 מיליאן דאלאר,‏ און קרית

יואל האט דאן געבעטן א קורץ-טערמי-‏

ניגע הלואה אויף די סומע פון די ‏"סטעיט

ענווייראמענטאלע פעסיליטיס קארפ."‏

וואס איז באשטעטיגט געווארן אי

2010. אבער מיט עטליכע מאנאטן צורי

האט מען ערלעדיגט ביי די אגענטור צו

טוישן די קורץ-טערמיניגע הלואה פאר

א לאנג-טערמיניגע,‏ און ס'וועט זיי

אויסגעצויגן אין לויף פון די קומענדיג

25 יאר,‏ וואס באדייט אז ס'וועט ווער

פארטיג אויסגעצאלט אין יאר 042

למספרם,‏ תת"ב לפ"ק,‏ משיח זאל אודא

שוין דא זיין.‏ אזוי אויך וועט די הלוא

שטייגן צו 36.1 מיליאן דאלאר,‏ או

דאס וועט דעקן בלויז די קאָסטן פון די

tjrhu, tuh; tkg etbyrteygrx' zhh ztki zgi tz thhi agv ptri zni' strpi

auhi tkg trchhygr tuhpvgri trcgyi tui zhl drhhyi mu ptrktzi sh ayty/

16 כסלו תשע"ז \ '16 December

ayhhgbshd thi sh uuhbygr jsaho uugi sh grc ac, ygd zgbgi dtr eur.' yugi

nhr btftntk nprxo zhhi sh ,ebv uutx thz thhbdgphry dguutri nhy gykhfg htr

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

ערשטע פאזע פייפליין

ערשטע פאזע פייפליין,‏ ד.ה.‏ די 7 מייל

פון קרית יואל ביז מאונטענוויל,‏ ווי אויך

די פאזע 1A, ד.ה.‏ די 2 פאמפ סטאנציעס

און די פילטער סטאנציע.‏

באזונדער ווערט יעצט געפלאנט אז

די צווייטע פאזע פונעם פייפליין,‏ די 6.5

מייל פון מאונטענוויל ביז ניו ווינדזאר

וואו דער סיטי עקוואדאקט לויפט אדורך,‏

וועט קאסטן נאך 23.7 מיליאן דאלאר.‏

און די דערמאנטע סטעיט אגענטור האט

שוין געמאלדן אין אויגוסט אז זי וועט

שענקען א 3 מיליאן דאלאר גרענט פאר

די צווייטע פאזע,‏ און עקסטער א הלואה

פון 20.7 מיליאן דאלאר צו דעקן דעם

איבריגן טייל פון די קאסטן.‏

א הויפט סיבה וואס האט גורם געווען

די דראמאטישע שטייגונג אין פייפליין

קאסטן איז צו ‏'פארדאנקען'‏ פאר די

דרויסנדיגע פיינטליכע אנטי-חסיד'ישע

עלעמענטן,‏ וועלכע האבן געטון אלעס

וואס מעגליך צו לייגן שטיינער אין וועג

און פארשלעפן די ארבעט פון בויען

דעם פייפליין.‏ אויסער וואס דאס האט

אפגעקאסט ריזיגע געלטער צו באקעמפן

אין געריכטליכע הוצאות אד"ג,‏ האט

עס אויך גורם געווען אז די בוי-ארבעט

זאל זיך פארשלעפן,‏ וואס דאס האט

אויטאמאטיש געהעכערט דעם פרייז,‏

סיי צוליב נאטירליכע אינפלאציע און

סיי צוליב וואס די קאסטן פאר רוב בוי-‏

פראיעקטן אין אמעריקע זענען מיט די

יארן געשטיגן צוליב מערערע סיבות.‏

און די דאזיגע קאסטן זענען נאך אלץ

נישט פארטיג,‏ ווייל אין די איצטיגע

טעג האלטן א רייע מוניציפאליטעטן

אינמיטן אן אפעלאט געריכט,‏ נאך וואס

זיי האבן געהאט אריינגעגעבן א קלאגע

קעגן די DEC פאר'ן געבן א פערמיט פאר

קרית יואל צו נוצן דעם קארנוואל קוואל

מיט די פאלשע טענה אז דאס וועט

אוועקנעמען וואסער פון זייער עקוויפער,‏

און זיי האבן מיאוס פארלוירן אין סופרים

קאורט,‏ האבן זיי אצינד אפעלירט דעם

דאזיגן אורטייל.‏ דער דאזיגער אפעלאט

קען אויך פארשלעפן דעם פראיעקט

ווייטער און טוט אין די זעלבע צייט

murhe st thi ayty' surl f"e nri rchbu akhy"t' uuh ptkdgbs:

uugi gx euny ti sgr zni pui vske, bru, ak ac"e ztk zhl auhi bhay dgphbgi

ehhi thhi trchhygr thi sh drgbhmi pui erh, hutk' tui xwkhdy t pkhfy tui ti

ארויפטרייבן די קאסטן.‏

באזונדער האט אפגעקאסט אסאך

געלט דאס וואס מ'האט געדארפט

נאכקומען פארשידענע פארלאנגען פון

די מוניציפאליטעטן אין וואודבארי און

קארנוואל,‏ וואס איז אראפגעקומען אויך

צו אזעלכע סארט מאדנע און קאסטבארע

פארלאנגען ווי דאס אויסקלויבן א

פונקטליכע סארט טיילס אינדרויסן פון

די געביידע,‏ צו מאכן זיכער אז ס'קוקט

אויס ווי א בהמה שטאַל...‏ און נאך און

נאך,‏ וואס א טייל פון זיי האבן מיר שוין

אויסגערעכנט אין א פריערדיגע ‏"הקריה

אויסגאבע,‏ און דאס האט אויך געהאלפ

ארויפטרייבן די קאסטן.‏

מיט דעם אלעם שטעלט מען זיך ניש

אפ פאר גארנישט,‏ און די הנהלת הקרי

ארבעט אומאויפהערליך צו פארזיכער

די המשכה און לאנג-טערמיניגע

צוקונפט פון רבי'נס הייליגע שטאט דורך

אהערשטעלן דעם גיגאנטישן פראיעקט

וואס וועט אנטרינקען בע"ה צענדליגער

טויזנטער אידישע קינדער,‏ ביז משיח'ס

טאג.‏

17 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

״טראפיק און פיסגייער

סעיפטי״ פראיעקט

‏(פארזעצונג פון זייט 3)

ווינקל פון מאונטעין,‏ און מ'דארף דארט

אויסארבעט טוירנינג לעינס;‏ אדער

דער א.ג.‏ "Y" אינמיטן מאונטעין ראוד

אויפ'ן וועג צו עצי תמרים,‏ וואו קאונטי

ראוד 44 דרייט זיך אריין צו מאונטעין

און שאפט ערנסטע טראפיק קאפוויי;‏

צי דער וועג וואו מ'דרייט זיך אריין צו

שכונת ברך משה פון בעיקערטאון צו

ישראל זופניק צו צו דינוב קאורט,‏ און

מ'קומט ממש דארט ארויס פון ישראל

זופניק,‏ אבער די עטליכע פיס וואס ס'איז

אפגערוקט שאפט צומאל כאאס צווישן

דרייווערס און פיסגייער,‏ מיט אומ-‏

פאראויסגעזעענע קאנסעקווענצן ח"ו.‏

גלייכצייטיג וועט דער פראיעקט אויך

ערמעגליכן צו בויען פרישע סיידוואלקס

אויף פארעסט ראוד פון מאונטעין ראוד

ביז סקאנעמאנק;‏ אויסברייטערן דעם

שאסיי מיט א טוירן לעין וואו מ'דרייט

זיך איין פון פארעסט צו סקאנעמאנק

אויפ'ן וועג צום בית החיים און דער

מקום מנוחתם פון רבוה"ק בעל דברי

יואל וברך משה זי"ע,‏ וואו ס'איז קריטיש

וויכטיג צו פארברייטערן דאס פלאץ צו

אקאמאדירן א גרויסן טראפיק פלוס,‏

ספעציעל אין די יומי דהילולי פון כ"ו

אב און כ"ו ניסן;‏ דאס זעלבע מיט די

סיידוואלקס אויף עיקערס און נאך

פארשידענע פרטים און פרטי פרטים

וואס וועלן דורכגעפירט ווערן במשך די

קומענדיגע יארן בע"ה.‏

די בענעפיטן פון ‏"איזמענט"‏

איבער ‏"אייגנטימערשאפט"‏

כדי צו קענען דורכפירן די אלע

גראנדיעזע טוישונגען לטובת אלע

תושבי קרית יואל,‏ פארלאנגט זיך אבער

צוערשט אז דער ווילעדזש זאל האבן די

רעכטן אויף די אלע פראפערטיס וואו

מ'וועט ארומטוישן די טראפיק,‏ צי ס'איז

פאר די סיידוואלקס צי פאר די שאסייען

וואו מ'דארף ארומשניידן,‏ צולייגן

אדער אראפנעמען פון די עקזיסטירנדע

שאסייען און עס ארומרוקן צו קענען

אויסגראדן די נויטיגע שאסייען אז

ס'זאל אויסקומען איינס קעגן צווייטן,‏

אד"ג.‏ דערפאר פעלט זיך אויס אז דער

ווילעדזש זאל האבן די ‏"איזמענט"‏

רעכטן צו די פראפערטיס.‏

נאר קודם א קורצע הקדמה,‏ אז מ'זאל

קענען פארשטיין בעסער וויאזוי דאס

גייט צו.‏

ווען אימער מ'הייבט אן צו בויען א

נייע געגנט אדער גאס אין סיי וועלכע

שטאט,‏ ווערט איינס פון די ערשטע

פראגעס וויאזוי מ'וועט אויסארבעטן

דעם שאסיי צו און פון די גאס.‏ היינט צו

טאגס גייט עס אז דער מוניציפאליטעט,‏

טאון/סיטי/ווילעדזש אד"ג,‏ אין אונזער

פאל דער קרית יואל ווילעדזש,‏ וועט

באשטימען א 50 פיס גאס וואס דאס גייט

אריבער צו די בעלות פונעם ווילעדזש

פאר מוניציפאלע צוועקן ווי א שאסיי,‏

סיידוואלקס,‏ אדער אנדערע צוועקן.‏

נישט אלעמאל וועט דער ווילעדזש

אויסנוצן די גאנצע 50 פיס.‏ למשל דא

אין קרית יואל איז א געווענליכע שאסיי

וואס איז ארגינעל געבויט געווארן פאר

יאר תש"ע ברייט 30 פיס פון איין עק

צו די אנדערע,‏ די סיידוואלק פון ביידע

זייטן איז ברייט 6 פיס יעדע איינע,‏ וואס

קומט אויס אינאיינעם 42 פיס.‏ דאס

מיינט אז ס'בלייבט נאך איבער 8 פיס,‏ 4

פיס אויף יעדע זייט,‏ וואס געהער באמת

צום ווילעדזש,‏ אבער ווי לאנג מ'דארף

עס נישט האבן וועט דער ווילעדזש

איבערלאזן אז ס'זאל זיין באוואקסן

מיט גראז אד"ג.‏ ס'קוקט אויס ווי ס'איז

טייל פון די פראפערטי/הויז אין זייט

פון די גאס,‏ אבער פאקטיש באלאנגט

עס צום ווילעדזש,‏ און אויב ס'וועט

זיך אויספעלן וועט דער ווילעדזש עס

נוצן פאר צרכי רבים.‏ ביי נייערע גאסן

מאכט מען שוין דעם שאסיי ברייט 36

פיס,‏ אבער ס'בלייבט נאך אלס 2 פיס

וואס געהער צום ווילעדזש אבער ווערט

געווענליך נישט גענוצט.‏

ביי די עלטערע גאסן וואס זענען

געבויט געווארן נאך איידער קרית יואל

איז געגרינדעט געווארן פארמאגט

אבער דער ווילעדזש דעם אייגנטום פון

בלויז 30 פיס,‏ וויבאלד יענע גאסן זענען

געבויט געווארן אין א תקופה נאך בעפאר

דער ווילעדזש האט אפילו עקזיסטירט,‏

און יענע צייט האט די מוניציפאליטעט

‏[טאון]‏ נישט גענומען פאר זיך מער ווי

30 פיס פונעם שאסיי,‏ און דער שאסיי

איז געווען בלויז 25-20 פיס ברייט.‏ דאס

מיינט אז ווען דער ווילעדזש וויל יעצט

דורכפירן סיי וואס אויף די פראפערטיס

אריין צום הויז,‏ ווי צב"ש אויסברייטערן

דעם שאסיי,‏ אדער ברייטער מאכן די

סיידוואלקס,‏ אדער בכלל איבערבויען

דעם שאסיי אנדערש,‏ מוז דער ווילעדזש

קודם באקומען די לעגאלע בעלות אויף

דעם פלאץ בעפאר זי פירט דורך סיי

וואס.‏

אצינד,‏ כדי צו קענען איבערנעמען

די בעלות פון די איצטיגע פראפערטי

אייגנטימער קען עס צוגיין אויף צוויי

וועגן.‏ דער פשוט'ער וועג איז אפצוקויפן

אדער איבערנעמען דורך נוצן ‏"עמינענט

דאמעין"‏ – ד.ה.‏ אז געזעצליך האט

יעדע מוניציפאליטעט א רעכט צו

דערקלערן אז זי מוז האבן צוטריט צו

עמיצנ'ס פריוואטע פראפערטי וויבאלד

זי דארף עס האבן פאר צרכי רבים,‏ ווי

למשל ווען מ'דארף קענען אריינגיין

צו עמיצנ'ס הויף צו קענען דערגרייכן

א וואסער קוואל,‏ אדער ווי ביי אונזער

פאל ווען מ'דארף קענען אריינציר רוקן

דעם סיידוואלק כדי צו קענען סערווירן

די פיסגייער און דרייווער,‏ אד"ג,‏ קען

די רעגירונג נוצן ‏"עמינענט דאמעין"‏ צו

צווינגען דעם פראפערטי אייגנטימער

אז ער מוז גענצליך איבערגעבן די

אייגנטימערשאפט פון די עטליכע פיס

פארעסט ראוד וועט באקומען סיידוואלקס אויף ביידע זייטן

דער Y אויף מאונטעין ראוד,‏ אויפ'ן וועג צו עצי תמרים,‏ איז איינע פון די זאכן

וואס וועלן בע"ה פארראכטן ווערן מיט טראפיק לייטס;‏ טוירן לעינס;‏ און סיידוואלקס,‏

ביים מאסיוון ‏"טראפיק און פיסגייער סעיפטי"‏ פראיעקט

פון זיין פראפערטי פאר דעם ווילעדזש/‏

טאון,‏ וויבאלד די געברויכן פון א רבים

זענען וויכטיגער ווי די פראפערטי רעכטן

פון א יחיד.‏

דער צווייטער וועג איז צו באקומען

אן ‏"איזמענט"‏ – ד.ה.‏ אז דער ווילעדזש

נעמט נישט אוועק די פראפערטי אינ-‏

גאנצן פונעם אייגנטימער,‏ ס'בלייבט

ווייטער יענעמ'ס פריוואטע אייגנטום,‏

אבער דער ווילעדזש באקומט אן

‏"איזמענט",‏ א ‏"רשות"‏ צו קענען אריינ-‏

גיין אין יענעמ'ס פראפערטי און דארט

טון וואס זי דארף לטובת דעם ציבור.‏

נישט אלעמאל איז גענוג אן איזמענט,‏

און אין פארשידענע פעלער מוז מען

דוקא קויפן אדער דורכפירן ‏"עמינענט

דאמעין"‏ און אינגאנצן איבערנעמען

אייגנטימערשאפט פון די פראפערטי.‏

דא ביי דעם איצטיגן מאסיוון ‏"טראפיק

און פיסגייער סעיפטי"‏ פראיעקט מוז

דער ווילעדזש אויך איבערנעמען

עטליכע פיס פון די פראפערטיס,‏ אבער

אנשטאט נוצן ‏"עמינענט דאמעין"‏ פאר

אייגנטימערשאפט וועט דער ווילעדזש

בלויז נוצן דעם מהלך פון ‏"איזמענטס"‏

און נישט אינגאנצן אוועקנעמען די

פראפערטי פון די אייגנטימער.‏

איי וועט מען דאך פרעגן,‏ אויב אויף

די פראפערטי ווערט אהערגעשטעלט

א סיידוואלק אדער א שאסיי אד"ג איז

מה הועילו חכמים בתקנתם?‏ וואס איז

א חילוק צי ס'ווערט גענומען דורך

אייגנטימערשאפט אדער איזמענט?‏ איז

דער תירוץ גאר פשוט.‏ געזעצליך איז

פאראן א געוויסע מאס ווי ווייט א הויז

מוז זיין אריינגערוקט פונעם עק פון די

פראפערטי.‏ געווענליך מוז א הויז זיין

אפגערוקט 30-40 פיס פון די פראנט

פראפערטי ליניע,‏ אבער דער עק פון די

ליניע ווערט גערעכנט לויט ווי ווייט עס

איז פון ‏"זיין"‏ פראפערטי ליניע,‏ דאס

מיינט אז למשל אויב עמיצער האט א

פראפערטי וואס לויפט ביז צום שאסיי

פון פארעסט ראוד,‏ אפילו אויב דער

ווילעדזש האט אן ‏"איזמענט"‏ פון 15

פיס אריין וואס ווערט פארנוצט פאר

סיידוואלקס אד"ג,‏ ווערט אבער די

עק פון זיין פראפערטי ליניע נאך אלץ

פאררעכנט אז ס'הייבט זיך אן גראד

פונעם שאסיי,‏ און ער וועט זיך דארפן

אריינרוקן 40 פיס בלויז פונעם שאסיי,‏

אפילו אויב צווישן זיין הויז און דער

שאסיי ליגט אויך א סיידוואלק און

אנדערע צרכי רבים.‏

אבער אויב וואלט גענוצט געווארן

‏"אייגנטימערשאפט"‏ וואלט עס געמיינט

אז די גאנצע ‏"סטריפ"‏ פון 15 פיס גייט

אריבער צום קאנטראל פונעם ווילעדזש

און זיין פראפערטי ליניע ווערט

אריינגערוקט מיט די גאנצע 15 פיס,‏ און

דאס וועט אויטאמאטיש אים אפקאסטן

15 פיס וואס ער וועט זיך יעצט מוזן

אריינציען טיפער אין די פראפערטי

וויבאלד ער האט פארלוירן גאנצע 15

פיס פראפערטי.‏

כדי זיך צו רעכענען וואס מער מיט די

איצטיגע פראפערטי אייגנטימער האט

דעריבער דער ווילעדזש אויסגעארבעט

אז מ'זאל נוצן בלויז איזמענטס איבעראל

וואו ס'פעלט זיך אויס אריינצוגיין

אין פראפערטי וואס געהער יעצט

פאר פריוואטע מענטשן ווי איידער

אייגנטימערשאפט,‏ צו פרובירן ווי ווייט

מעגליך מינימיזירן זייער שאדן,‏ טראץ

וואס דאס מאכט היפש שווערער די

ארבעט אויסצורעכענען יעדע פלאץ

פונקטליך וויאזוי מ'קען עס אויסארבעטן.‏

מאסיווע קאנסטראקשען

וועט האפנטליך אריין אין שוואונג

אנהייב קומענדיגן זומער בע"ה

געזעצליך,‏ צו קענען איבערנעמען

פראפערטי פון פריוואטע אייגנטימער

פאר צרכי רבים ‏[סיי אויב ס'איז דורך

אייגנטימערשאפט און סיי אויב ס'איז

דורך איזמענטס]‏ מוז דער ווילעדזש

דורכפירן א פאבליק הירינג,‏ און ווי

נאר דער דאזיגער חלק פון באקומען

די פראפערטי רעכטן איז לעגאל

באשטעטיגט וועט מען בע"ה זיך נעמען

צו די פאקטישע ארבעט

אינצווישן זיצט דער ווילעדזש מיט

די פראפעסיאנאלע עקספערטן פון

‏"סטענטעק אינזשענירונג",‏ און גייען

אדורך די לעצט מינוטיגע דעטאלן

פון די דעזיינס,‏ פלענער,‏ סקעזשול,‏

אא"וו.‏ ס'איז ערווארטעט אז אנהייב

זומער תשע"ז הבעל"ט,‏ באלד נאך

שבועות,‏ וועט מען שוין זען טראקטארן

ארבעטן פלייסיג אין פארשידענע

ווינקלען פון קרית יואל.‏ ס'איז אויך צום

ערווארטן אז די ארבעט וועט ברענגען

צייטווייליגע טראפיק שוועריקייטן ביי

די פלעצער וואו מען ארבעט,‏ און די

פראפעסיאנאלע טראפיק עקספערטן

זיצן טאקע און ארבעטן אויפצוקומען

מיט די בעסטע אלטערנאטיוון וויאזוי

צו פארקירעווען דעם טראפיק,‏ און אין

די זעלבע צייט פארזיכערן אז די ארבעט

ווערט דורכגעפירט אין דער גרעסטער

שנעלקייט וואס מעגליך.‏

%80 פון $10,000,000 וועט זיין

דורך פעדעראלע גרענטס,‏ אדאנק

יארן פון געניטע שתדלנות פונעם

ווילעדזש – געלט וועט בע"ה

אנקומען שנעלער ווי געפלאנט,‏

וועט העלפן שטארק פאראויסרוקן

גרויסארטיגן פראיעקט

זעלבסטפארשטענדליך אז אזא

מאסיווער פראיעקט קאסט אפ געלט,‏

אסאך געלט,‏ און פאקטיש ווערט

געשאצט אז דער פראיעקט וועט

אפקאסטן אזויפיל ווי צען מיליאן דאלאר

איבערצומאכן קרית יואל'ס טראפיק

אויף די עלצטע גאסן צו א שפאגל

נייעם מציאות,‏ לטובת די טויזנטער

איינוואוינער.‏

געווענליך,‏ טראץ וואס דער פראיעקט

איז קריטיש וויכטיג פאר די שטאט,‏ אבער

אין אנדערע מוניציפאליטעטן וואלט מען

ניטאמאל געוואגט אריינצושפרינגען אין

אזא מעכטיגע אונטערנעמונג שוין בלויז

צוליב די ריזיגע קאסטן דערפון,‏ אבער

אין קרית יואל איז מען אזוי צוגעוואוינט

אז זאכן גייען דא אנדערש,‏ אז ס'איז שוין

ממש נישט קיין חידוש ווען מ'הערט אזא

נייעס.‏ ‏'נו,‏ מילא,‏ דער ווילעדזש וועט

דאך דאס שוין ערלעדיגן'...‏ ווי כאילו

דאס איז אזא נאטירליכע ערשיינונג.‏

לענינינו.‏ די פעדעראלע רעגירונג

שענקט אוועק יעדעס יאר שווערע

געלטער פאר טראפיק פראיעקטן

וואס ווערט אויסגעטיילט פאר

מוניציפאליטעטן איבער די לענג און

ברייט פון די פאראייניגטע שטאטן.‏

דאס געלט ווערט ארויסגעשיקט צו

יעדע סטעיט וועלכעס פארטיילט דאס

געלט פאר לאקאלע מוניציפאליטעטן

נאכ'ן באקומען די אפליקאציעס פון די

טראפיק פראיעקטן און טוישונגען וואס

מ'וויל דורכפירן מיט דאס געלט.‏

כדי צו פארמיידן איבריגע

ביוראקראטיע האט די פעדעראלע

רעגירונג אזוי איינגעשטעלט אז דאס

געלט ווערט נישט אויסגעטיילט דירעקט

פון די סטעיט רעגירונג,‏ נאר יעדע געגנט

פארמאגט איר אייגענע ספעציעלע

אפטיילונג,‏ וואס ווערט אנגעפירט דורך

לאקאלע באאמטע אינאיינעם מיט סטעיט

באאמטע,‏ און זיי העלפן באשליסן

וויאזוי אויסצוטיילן די פראגראמען און

גרענטס.‏ די דאזיגע אפטיילונגען ווערן

אנגערופן ,MPO ד.ה.‏ מעטראפאליטען

פלענינג ארגאניזאציע.‏

דא אין אראנדזש קאונטי איז פאראן

אזא MPO וואס הייסט ‏"אראנדזש קאונטי

טראנספארטאציע קאונסיל",‏ אדער

ווי זי ווערט ליבליך אנגערופן מיט'ן

פארקירצטן ‏"אקטאק"‏ ,(OCTC) און זיי

זענען באאויפטראגט אויסצוטיילן די

מוציא'ס פאר אלע לאקאלע פראיעקטן.‏

די פעדעראלע רעגירונג שיק

ארויס יעדעס יאר מיליאנען דאלאר

פאר טראנספארטאציע פראיעקטן

וואס ווערט איינגעטיילט דורך

קאמפליצירטע פארמולא לויט וויפיל פי

פון שאסייען און הייוועיס די געגנט פון

יענע MPO פארמאגט,‏ און דער לאקאלער

קאונסיל דארף דערנאך באשטעטיגן פא

‏(פארזעצונג אויף זייט 19)

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

18 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

״טראפיק און פיסגייער

סעיפטי״ פראיעקט

‏(פארזעצונג פון זייט 17)

וועלכע פראיעקטן דאס געלט ווערט

אריבערגעפירט.‏

ארגינעל באשטייט דער קאונסיל פון

איין פארשטייער פון די קאונטי;‏ איין

פארשטייער פון די סטעיט ;DOT יעדע

סיטי אין אראנדזש קאונטי האט איין

פארשטייער אויפ'ן קאונסיל,‏ און דערנאך

איז די קאונטי צוטיילט אין דריי חלקים,‏

יעדער טייל האט איין פארשטייער.‏ אזוי

צב"ש איז דא איין פארשטייער פאר די

לאקאלע טאונס פון מאנרא,‏ וואודבארי,‏

בלומינג גראוו,‏ אא"וו,‏ און ס'ווערט

געווענליך איינגעטיילט אז 2 יאר דינט

איינער פון מאנרא אלס פארשטייער,‏ 2

יאר איינער פון וואודבארי,‏ אא"וו.‏

איינמאל אין 5 יאר מוז דער קאונסיל

אדורכפירן א ,TIP ד.ה.‏ א ‏"טראנספאר-‏

טאציע אימפראוומענט פראגראם",‏

וואו עס ווערן אריינגעשטעלט אלע

געפלאנטע גרויסע טראנספארטאציע

פראיעקטן אויף וואס דער קאונסיל וועט

ארויסגעבן געלט פאר די קומענדיגע 5

יאר.‏ דער איצטיגער מאסיווער טראפיק

און פיסגייער סעיפטי פראיעקט איז

שוין ארויפגעשטעלט געווארן אויפ'ן

פריער-דיגן TIP נאך מיט 5 יאר צוריק,‏

ווען דער ווילעדזש האט שוין אקטיוו

געארבעט אויפ'ן פראיעקט,‏ אבער דעם

פארגאנגענעם אויגוסט איז דורכגעפירט

געווארן דער פרישער TIP פאר די

19 כסלו תשע"ז \ '16 December

קומענדיגע 5 יאר,‏ און דער פראיעקט איז

ווידעראמאל באשטעטיגט געווארן צו

באקומען די פעדעראלע געלטער.‏

די פעדעראלע רעגירונג וועט

פינאנצירן 80% פונעם פראיעקט,‏ און

מאמענטאל ארבעט דער ווילעדזש

אומערמידליך צו קענען באקומען נאך

א היפשע פראצענט וואס זאל ווערן

באצאלט דורך די סטעיט,‏ אז ס'זאל נישט

פאלן צו לאסט אויף די קרית יואל'ער

שטייערצאלער צו דארפן באצאלן די

גאנצע איבריגע 20%.

גלייכצייטיג האט מען אויפגענומען

מיט פרייד די מעלדונג אז אינעם

איצטיגן TIP האט מען נישט בלויז ווידער

באשטעטיגט די פעדעראלע געלטער

פאר דעם מאסיוון פראיעקט,‏ נאר עס איז

אויך צוריקגערוקט געווארן מיט 2 יאר

איינע פון די גיגאנטישע פראיעקטן וואס די פראפעסיאנאלע ‏"סטענטעק"‏ אינדזשענירונג פירמע האט אהערגעשטעלט

אין די פאראייניגטע שטאטן

אן אנדערער גראנדיעזער פראיעקט

אהערגעשטעלט דורך די ‏"סטענטעק"‏ פירמע

פארקינג לאט ״עזרת

חולים העלט צענטער״

‏(פארזעצונג פון זייט 3)

און בארואיגן די פראפעסיאנאלע

אנגעשטעלטע אז זיי האבן צוגענגליכע

פארקינג ווען אימער זיי קומען און

גייען צו און פון דעם עזרת חולים,‏ סיי

אינדערפרי און ביינאכט און סיי אינמיטן

טאג,‏ ווי אויך אז זיי זענען רואיג איבער'ן

טאג אז די קארס זענען באשיצט און

פארזיכערט אונטער דעם אויטאמאטישן

צוים.‏ דאס האט שטארק צוגעגעבן צו

קענען אנהאלטן און ווייטער אויפבויען די

גאר פראפעסיאנאלע געזונטהייט טיעמס

וועלכע פארמירן דעם רוקנביין פון עזרת

חולים'ס אויסערגעווענליכע געזונטהייט

סערוויסעס.‏

למעשה אבער איז עזרת חולים שוין

אויסגעוואקסן אויך יענעם ‏'גרויסן'‏

פארקינג לאט,‏ און אינדערצייט וואס

דער פידיעטריקס אפטיילונג האט זיך

אויסגעברייטערט אין א גאנצע שטאק

פאר זיך;‏ דער דענטאל אפטיילונג איז זיך

צעוואקסן אין א גרויסן שטאק פאר זיך;‏

און אלע אנדערע גרויסע און קלענערע

אפטיילונגען ברייטערן זיך אויס,‏ מיינט

דאס מער אנגעשטעלטע,‏ און מער פארקינג

פלעצער.‏ און,‏ ווי ערווענט,‏ מוזן די דאזיגע

פארקינג פלעצער זיין צוגעשטעלט מיט

די גרעסטע מאס באקוועמליכקייט און

זיכערהייט אז די פראפעסיאנאלן זאלן

זיין רואיג און צופרידן פונעם פלאץ וואו

זייערע קארס געפינען זיך איבער'ן טאג.‏

ווי מ'פארשטייט אבער אליין איז געווען

פשוט אוממעגליך צו טרעפן פרישע פלאץ

פאר פארקינג נעבן דעם גאר פארנומענעם

שאפינג צענטער,‏ וואו יעדעס אינטש איז

שוין אויסגענוצט דורך און דורך,‏ און

זיי האבן אפט געדארפט פארקן אינעם

שאפינג צענטער זעלבסט,‏ וואס איז נישט

געווען דער בעסטער אויסוואל.‏

דעריבער האט הנהלת עזרת חולים

אינאיינעם מיט'ן ווילעדזש,‏ אונטערגענו-‏

מען א נייעם פראיעקט אהערצושטעלן

א פארקינג לאט אויף דעם שטח צווישן

פארעסט ראוד און רוט 17, נעבן דעם

אווערפעס,‏ געאייגנט ספעציעל פאר די

אנגעשטעלטע פונעם עזרת חולים,‏ אויס-‏

געשטאט מיט אלע נויטיגע צוגעהערן און

באקוועמליכקייטן,‏ און דער פאקט אז עס

געפינט זיך הארט ביים אריינגאנג צו קרית

די צייט ווען דאס געלט וועט פאקטיש

אנקומען.‏ ארגינעל איז געווען געפלאנט

אז דאס געלט וועט ערשט אנקומען

אין יאר 2019 למספרם,‏ אבער ס'איז

צוריקגערוקט געווארן אז א חלק דערפון

זאל שוין אנהייבן אנצוקומען אין 2017,

וואס וועט זיין א געוואלדיגע טובה פאר

תושבי קרית יואל.‏

די שטאט קרית יואל קוקט ארויס מיט

ערווארטונג אויף די דראסטישע ענדע-‏

רונגען וואס דאס וועט ברענגען מיט

זיך,‏ צו הייבן דעם ניווא פון טראפיק און

פיסגייער זיכערהייט פאר די צענדליגער

טויזנטער תושבי קרית יואל,‏ און וואס

וועט נאכמער העלפן די הייליגע שטאט

צו וואקסן און בליען דאקאמאדירן דעם

כסדר וואקסנדן טראפיק פלוס.‏

יואל איז אויך א שטארקע מעלה פאר די

אלע אנגעשטעלטע וועלכע קומען צו

פארן פונדערווייטנס.‏

פארשידענע דעטאלן האלטן נאך

אינמיטן אויסגעארבעט ווערן,‏ פונקטליך

וויאזוי די אנגעשטעלטע וועלן גיין און

קומען פון פארקינג לאט צו עזרת חולים

און צוריק,‏ ספעציעל אויב זיי וועלן דארפן

אוועקגיין אינמיטן טאג.‏ אבער די פלענער

פאר'ן פארקינג לאט זענען פולקאם גרייט,‏

און ווי נאר עס וועט געגעבן ווערן די

נויטיגע פערמיטן וועט מען זיך נעמען צו

דער ארבעט.‏

נאטירליך איז פאר תושבי קרית יואל

שטארק וויכטיג אז די געזונטהייט פרא-‏

פעסיאנאלן זאלן זיין צופרידן און וועלן

קומען ארבעטן קיין קרית יואל,‏ און אז אין

די פראפעסיאנאלע מעדיצינישע קרייזן

זאל מען רעדן מיט צופרידנהייט איבער א

פאזיציע אין עזרת חולים העלט צענטער,‏

וואס וועט ברענגען בע"ה שטארקע

געזונטהייט בענעפיטן פאר די טויזנטער

תושבי קרית יואל וועלכע זענען אנגעוויזן

און געניסן פונעם עזרת חולים העלט

צענטער.‏

וואסער טרוקעניש

עטוואס נאכגעלאזט

‏(פארזעצונג פון זייט 3)

ריכטיגע עקוויפמענט וועט נישט כאפן

וואס דאס איז,‏ אבער די פירמע האט

זיך אירע ספעציעלע מעטאדן וויאזוי זי

קען אויפכאפן אז ‏'ערגעץ'‏ רינט וואסער

אומזיסט.‏

נאכ'ן ארומגיין עטליכע נעכט – דאס

כאפט מען דאס בעסטע אויף אין דער

שטילקייט פון די נאכט – האט מען

געטראפן ביי א געוויסע קאמערציאלע

געביידע אין די שטאט אז ס'איז פאראן

דארט א ליעק וואו עס איז ארויסגערינען

אזויפיל ווי 70 גאלאן וואסער פער

מינוט!‏ לשבחם פון די אייגנטימער

דארף געזאגט ווערן אז ווי נאר מ'האט

זיי איינגעמאלדן איבער דעם ליעק האט

גענומען בלויז געציילטע טעג ביז ווען זיי

האבן עס פארראכטן,‏ וואס האט למעשה

זיך אויך געלוינט פאר זיי איינצושפאָרן

וואסער קאָסטן.‏

ס'איז נישט קלאר פונקטליך ווי לאנג

דער ליעק איז אזוי געלאפן,‏ אבער לויט

די מיטער שאצונגען האט געדויערט

פיר וואכן וואס ס'האט אזוי געליעקט

וואסער,‏ און דאס מיינט א שאדן

פון מיליאנען גאלאן וואסער פאר'ן

עקאלאגישן סיסטעם אין קרית יואל.‏

באזונדער האט מען אין די לעצטע

טעג געליטן א באדייטנדן שאדן,‏ ווען

דער פאמפ פונעם קוואל הארט נעבן

דעם ביהמ"ד הגדול האט זיך פלוצלונג

צובראכן און ארויס פון דינסט נאך 2 יאר

אין אמט.‏ אזויווי דער וואסער סיסטעם

אין קרית יואל ארבעט היינט פולקאם

קאמפיוטעריזירט האט נישט געדויערט

לאנג צו כאפן אז ס'איז דא א פראבלעם

ביי יענעם קוואל,‏ און מ'האט געזען

אז דער פאמפ איז צובראכן און מוז

געטוישט ווערן.‏

מ'האט געטראפן דעם פראבלעם

זונטאג ויצא ארום 12:00 מיטאג,‏ און

דער נייער פאמפ איז אריין אין דינסט

דינסטאג ויצא פארנאכטס,‏ נאך וואס דער

וואסער דעפארטמענט האט געארבעט

אומערמידליך רונדע דעם זייגער אז דער

קוואל זאל וואס שנעלער צוריק אריין

אין דינסט.‏ פארט איז דער קוואל געווען

אויסגעלאשן פאר ארום 55 שעה,‏ וואס

קומט אויס אז 3,300 מינוט האט דער

קוואל נישט געארבעט.‏ ‏(ווען אייער רבי

אין חדר האט געזאגט אז מ'דארף ציילן

די מינוטן איז עס שוין גארנישט געווען

קיין געלעכטער.‏ ווען מ'קומט אריין אין

די וועלט פון וואסער איבערצייגט מען

זיך וויאזוי יעדע איינציגע מינוט איז

ווערד נישט בלויז שווערע געלטער,‏

נאר נאך וויכטיגער,‏ ס'איז ווער

קריטיש וויכטיגע גאלאנען וואסער

אינעם וואסער דעפארטמענט ארבע

דער זייגער אנגעשטעלט לויט גאלאנע

וואסער.‏ שוין אדורך נאך 1,367 גאלא

וואסער,‏ נאך 1,376 גאלאן וואסער,‏ נא

1,376 גאלאן וואסער,‏ אא"וו...).‏

דער שאדן פון דעם אז דער קוואל

האט נישט געארבעט פאר העכער צוויי

טאג באדייט אז דער וואסער סיסטעם

האט פארלוירן העכער 300,000 גאלא

וואסער,‏ און מ'האט געמוזט צורי

אנהייבן אריינברענגען וואסער טראק

אנצופילן די ליידיגע טאנקען.‏ – ס'אי

נאכנישט קלאר דערווייל וויפיל וואסע

טראקס מ'וועט דארפן ברענגען,‏ ס'ווענ

זיך אסאך אין דעם וועטער פון די

קומענדיגע פאר וואכן,‏ אבער דאס אליין

קען אריינשלעפן אין א פרישע הוצא

פון קנאפע $25,000, לויט'ן חשבו

פון 50 וואסער טראקס פאר $500 פער

טראק.‏

למעשה איז ארויסגעקומען דערפון

א טובה,‏ וואס קען האפנטליך שטארק

צונוץ קומען אויפ'ן לאנגן טערמין.‏

די מעשה איז אזוי.‏ דער קוואל נעבן

ביהמ"ד פראדוצירט געווענליך 125

גאלאן וואסער א מינוט ‏(און אויב

וואלטן מיר פריער גערעכנט טרוקן,‏ אז

מ'האט פארלוירן 125 גאלאן 3,300 X

מינוט,‏ וואלט עס באמת געדארפט

אויסקומען צו א שאדן פון העכער

400,000 גאלאן וואסער),‏ אבער ווען

דער קוואל האט יעצט אויפגעהערט

ארבעטן האט מען מיטאמאל באמערקט

א גאר אינטערעסאנטע זאך,‏ אז אן אנדער

קוואל אויף בעיקערטאון,‏ וואס איז

אויבנאויף היפש ווייט פון דעם קוואל

אויף גארפיעלד,‏ האט זיך פלוצלונג

געשטארקט און אנגעהויבן ארויסגעבן

מיט 30 גאלאן מער פער מינוט!‏ ‏(און

דערפאר האבן מיר גערעכנט ‏'בלויז'‏ א

פארלוסט פון 95 גאלאן פער מינוט,‏ וואס

קומט אויס פאר 3,300 מינוט א שאדן

פון העכער 300,000 גאלאן,‏ ווי אויבן

געשריבן).‏

אצינד האבן די אינזשענירן אויפגע-‏

מערקט דעם אינטערעסאנטן פאקט,‏ און

אויך נאך וואס דער קוואל ביים ביהמ"ד

איז צוריק פולשטענדיג אריין אין קראפט

ב"ה,‏ האט מען יעצט גענומען פריש

באטראכטן דעם בעיקערטאון קוואל צו

זען אויב מ'קען פארשטארקן דארט דעם

וואסער פלוס מיט נאך 30 גאלאן פער

מינוט,‏ וואס קען ברענגען א שטארק

צוגאב פאר'ן וואסער סיסטעם אין קרי

יואל.‏

כל מה דעביד רחמנא לטב עביד.‏

אומערמידליכע ארבעט פר'‏ ויצא אריינצולייגן

נייע פאמפ ביי קוואל נעבן ביהמ"ד הגדול

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

20 כסלו תשע"ז \ '16 December

בס"ד

וויכטיגע אנווייזונגען פאר תושבי קרית יואל

אין פאל פון א שניי

(6

(7

(1

(2

(3

(4

(5

מען זאל נישט פארקן די קארס אויף די ראודס

אדער אויף די סיידוואקס כדי די שארער טראקס

זאלן קענען געהעריג פוצן די שניי.‏

אכטונג געבן ווען מען פוצט אוועק די שניי פון

ארום די קאר און פון די דרייוו-וועיס אז מען זאל

נישט שליידערן די שניי אויף די ראודס.‏

אכטונג געבן אויף די קינדער נישט צו שטיין

נעבן די סיידוואק שארער כדי עס זאל נישט

צוקומען ח״ו צו קיין סכנה.‏

אזוי אויך זאל מען נישט לאזן אויף די

סיידוואקס קיין גארבידזש קענס,‏ שאוולעך,‏ אדער

בייקס וכדומה,‏ ווייל די זאכן ווערן צובראכן פונעם

שארער טראק.‏

אין די צייטן ווען די ראודס זענען גליטשיג,‏ זאל

מען זיך פארמיידן ווי ווייט מעגליך פון גיין אויף די

ראודס,‏ אזוי אויך איז זייער וויכטיג צו גיין מיט

״רעפלעקטארס״,‏ ווייל עס איז אוממעגליך די

קארס זאלן באמערקן די דורכגייער,‏ ספעציעל ביי

קארנערס ווען די קארס דרייען זיך און קענען זיך

נישט אפשטעלן.‏

יעדער איינוואוינער איז פאראנטווארטליך

אויפצושארן די שניי ארום זיין פאסט קעסטל,‏ ביי

די ערטער וואו עס איז נישט געפוצט די שניי וועט

מען נישט דעליווערן די פאסט.‏

איינוואוינער פון די אויבערשטע שטאקן זאלן

אראפהאקן מיט א בעזעם די שטיקער אייז וואס

הענגט אראפ פון דאך,‏ ווייל דאס איז אומשטאנד

אראפצושלעפן די דרענס פון הויז.‏ ‏(פארשטייט זיך

מען זאל אכטונג געבן קיינער זאל זיך נישט

געפינען אונטער דעם בשעת מען ברעכט דאס

אראפ).‏

מיט דאנק

די ווילידזש

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

21 כסלו תשע"ז \ '16 December

נייער ‏"בעקוואש"‏ סיסטעם ווערט אויפגעשטעלט נעבן וואסער פלענט אויף בארדיטשוב ראוד

וועט איינשפארן טויזנטער גאלאן וואסער,‏ און אויך פארגרינגערן די לאסט אויפ'ן קרית יואל סוער פלענט

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

23 כסלו תשע"ז \ '16 December

העפטיגע ארבעט ביים בויען בעז"ה נייע ‏"ביזנעס צענטער"‏ נאכצוקומען דעם וואקסענדן פארלאנג,‏

קוואל פאר הונדערטער פרישע פרנסות בע"ה פאר תושבי קרית יואל

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

24 כסלו תשע"ז \ '16 December

דער דאך ווערט באפעסטיגט אז רעגן און שניי זאל נישט אריינדרינגען אין געביידע

טעגליכע בוי ארבעט ביי נייע ‏"אשת חיל קימפעטארין היים"‏ געביידע זעצט פאר מיט'ן פולן אימפעט

מ'לייגט אריין די נייע פענסטער

די דרענידזש פאר רעגן וואסער ווערט אריינגעבויט אין דאך

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

25 כסלו תשע"ז \ '16 December

טעגליכע בוי ארבעט ביי נייע ‏"אשת חיל קימפעטארין היים"‏ געביידע זעצט פאר מיט'ן פולן אימפעט

פענסטער און ווענט ווערן באפעסטיגט ס'זאל נישט קענען אריינדרינגען קיין רעגן

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

28 כסלו תשע"ז \ '16 December

- קאמיוניטי סאשעל סערוויס דעפארטמענט

די

געהאלט-גיידליינס

פאר רעגירונג העלט אינשורענס!‏

פאלגנד איז אן אילוסטראציע פון די ניי-איבערגעמאכטע אינקאם-גיידליינס צו קענען

בענעפיטירן פון רעגירונג העלט אינשורענס,‏ אנגעהויבן למספ'‏ 16` 1 Jan.

לויט די נייע גיידליינס:‏ אויב פארדינט איר אונטער 138% פון די פעדעראלע ארימקייט שטאפל ‏(זעהט די

פונקטליכע סכומים אינעם ‏'טשארט',‏ באזירט לויט די גרויסקייט פון אייער פאמיליע)‏ זענט איר בארעכטיגט צו געניסן פון

העלט אינשורענס אונטער ‏"מעדיקעיד";‏ אויב פארדינט איר פון 138% ביז 150% זענט איר בארעכטיגט צו בענעפיטירן

פון אומזיסטע העלט אינשורענס אונטער'ן נייעם ‏"עסענשאל פלאן";‏ אויב פארדינט איר פון 150% ביז 200% דאן קענט

איר געניסן פון דעם ‏"עסענשאל פלען"‏ מיט א פרימיום קאסט פון $20 א חודש.‏

יערליכע ‏'גראוס'‏ אינקאם

ביז 200%

בארעכטיגט פאר:‏

‏"עסענשאל פלאן"‏

מיט חודש'ליכע פרימיום $20

יערליכע ‏'גראוס'‏ אינקאם

ביז 150%

בארעכטיגט פאר:‏

‏"עסענשאל פלאן"‏

אומזיסט

יערליכע ‏'גראוס'‏ אינקאם

ביז 138%

בארעכטיגט פאר:‏

‏"מעדיקעיד"‏

פאר סיי וועלכע הילף אדער פראגע בנוגע אייער העלט אינשורענס פלאן

קענט איר פערזענליך ארויפקומען אדער אריינרופן אין

ווילידזש קאמיוניטי סאשעל סערוויס דעפארטמענט

783-8300 #2

גרויסקייט פון

די פאמיליע

- 1 $16,243 $17,655 $23,540 ש מאן צב"‏

- 2 $21,983 $23,895 $31,860 " פרוי

- 3 $27,724 $30,135 $40,180 " איין קינד

- 4 $33,465 $36,375 $48,500 " " צוויי קינדער

- 5 $39,205 $42,615 $56,820 " " דריי קינדער

- 6 $44,947 $48,855 $65,140 " " פיר קינדער

- 7 $50,687 $55,095 $73,460 " " פינף קינדער

- 8 $56,428 $61,335 $81,780 " " זעקס קינדער

מיט

ביי מער פון 8 פערזענאן,‏

לייגט צו פער קינד

+$ 5,740

+$ 6,240

+$ 8,320

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

29 כסלו תשע"ז \ '16 December

פארנאכלעסיגט נישט אייער

העלט אינשורענס

ווי שוין געמאלדן אין א פריערדיגע מעלדונג גייט יעצט די סטעיט איבערנעמען

כמעט די גאנצע מעדיקעיד אפטיילונג פון די קאונטי,‏ און אלעס גייט אריבער צום

העלט עקסטשעינזש פון ניו יארק סטעיט

אויב האט איר באקומען א בריוו פון די קאונטי

מיט א דאטום ווען איר דארפט זיך אויפסיינען

אויפ'ן סטעיט העלט עקסטשעינזש

נעמט עס נישט פאר לייכט!‏

מ'מוז אריינשיקן אלע דאקומענטן פונקטליך לויט דעם דאטום וואס זיי שרייבן,‏

אויב נישט קען מען בלייבן ח"ו אן קיין העלט אינשורענס דעקונג

פאר סיי וועלכע הילף זיך ארויפצוסיינען

אויפ'ן ניו יארק סטעיט העלט עקסטשעינזש קענט איר

ארויפקומען צו אונז אין אפיס וואו מיר שטייען גרייט

אייך צו העלפן מיט אלעם נויטיגן

ויפה שעה אחת קודם

מיט דאנק

ווילעדזש סאשעל סערוויסעס דעפארטמענט

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

30 כסלו תשע"ז \ '16 December

32 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

!äáåùç äòãåî

øòæðåà æà ,øòðéåàååðééà ò'áåùç éã øàô ïãìòî øéî ïìéåå èéîøòã

òøòééà òìà èéî ïòðéãàá åö êééà èééøâ èééèù "âðåìééèôà èøàôñàô"

õàìô ï'ôéåà ïëéåøáòâ èøàôñàô

øòèðòñ âðéôàù ïéà èðòîèøàôòã ñéååøòñ éèéðåéîà÷ ùæãéìéåå éã ïåô ñéôà ïéà

:èøàôñàô à øàô èòééìôà øéà ïòåå ïòâðåæééååðà òâéèëéåå òëéìèò ïòðòæ ãðòâìàô

øòùè÷éô ïéé÷ èùéð ïâàîøàô ñàåå øòãðé÷ øàô

ïåô éã ééà øòùè÷éô à ïòâðòøáèéî ïòî óøàã ,éã ééà

ïøòèìò òãééá ïôøàã êéåà éåå ,ïøòèìò òãééá

.êéìðòæøòô ïòîå÷ôàøà

èðòîèøàôòã èéòèñ éã øàô èìòâ ñàã

éðàî øòãà ÷òùè êøåã ïøòåå èìàöàá óøàã

.øòãøà

.õàìô ï'ôéåà èëàîòâ èøòåå øòãìéá èøàôñàô

Adults

(age 16 and over)

Adults

(Applying with DS-82)

Minors

(under age 16)

U.S. Passport Book

PassportFee

Payable to

Department of

State

$110

$110

$80

ExecutionFee

Payable to

Acceptance

Facility

$25

$0

$25

- ïæééøô èøàôñàô -

Total

First-Time

Applicant

Fee

$135

$110

$105

ìòùàñ ,èò÷éôéèøòñ èøéåá ïòâðòøáèéî òèéá

æéà ñò) ,éã ééà øòùè÷éô à ïåà ãøà÷ éèòøåé÷òñ

òéöà÷éôéèðòãéà òìà ïòâðòøáåöèéî íàæèàø

.(ïèðòîå÷àã

à èàäòâ ìàîà ïéåù ïáàä ñàåå éã

ïèìà íòã ïòâðòøáèéî êéåà ïôøàã ,èøàôñàô

.èøàôñàô

Adults

(age 16 and over)

Adults

(Applying with DS-82)

Minors

(under age 16)

U.S. Passport Card

PassportFee

Payable to

Department of

State

$30

$30

ExecutionFee

Payable to

Acceptance

Facility

$25

$0

Total

First-Time

Applicant

Fee

:íéðîæ òãðâìàô éã ïéà ïôà æéà âðåìééèôà èøàôñàô øòã

:âàèùøòðàã æéá âàèðàî

:âàèééøô

783-8300 Ext. 2

èðòîèøàôòã ñéååøòñ éèéðåéîà÷ ùæãéìéåå øòã

$15

$25

$55

$30

$40

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

33 כסלו תשע"ז \ '16 December

ב"ה

דער היסטארישער

אורטייל

צוליב דעם היסטארישן נאטור פון די אורטייל פון ריכטערין וואלש וועלכע האט באשטעטיגט די 164

אנעקסעישאן,‏ און אינעם אורטייל ווערט ברייט אויסגעשמועסט די היסטאריע פון אנעקסעישאן

והמסתעף,‏ וועט זיין אינטערעסאנט איבערצוזעצן דעם אורטייל,‏ די טיילן וועלכע וועלן זיין

אינטערעסאנט פאר'ן חשוב'ן ליינער ‏(מיר וועלן איבערהיפן דעם לעגאלן זשארגאן וואס איז נישט

רעלעוואנט פאר קיינעם וואס איז נישט פון פאך אויס באקאנט און אויסגעקאכט מיט די לעגאלע

שפראך).‏

פאקטישע און אנגייענדע היסטאריע

די קאמבינירטע ארטיקל/‏‎78‎ אנקלאגע שטאמט פון 2 פעטישאנס

זוכנדיג א לאנד אנעקסעישאן פון די טאון אוו מאנרא צו דער ווילעדזש

אוו קרית יואל.‏ די ערשטע אנעקסעישאן פעטיציע איז איינגעגעבן

געווארן אום דעצעמבער 13' 27, ‏(טבת תשע"ד)‏ זוכנדיג צו אנעקסירן 507

עיקערס פון טאון אוו מאנרא ‏(עס ווערט באצייכנט אלס די "507 עיקערס

פעטיציע").‏ די צווייטע אנעקסעישאן פעטיציע איז איינגעגעבן געווארן

אום אויגוסט 14' 20, ‏(אב תשע"ד),‏ זוכנדיג צו אנעקסירן 164 עיקערס

אינערהאלב די 507 עיקערס וואס איז פארגעשלאגן אין דער 507 עיקערס

פעטיציע ‏(עס ווערט באצייכנט אלס די "164 עיקערס פעטיציע").‏

אנקלעגער אין קלאגע נומ.‏ 1, די ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו,‏

טאון אוו בלומינג-גראוו,‏ ווילעדזש אוו מאנראו,‏ ווילעדזש אוו וואדובורי,‏

טאון אוו וואודבורי,‏ ווילעדזש אוו הערימאן,‏ ווילעזש אוו קארנוואל-אן-‏

האדסאן,‏ טאון אוו קארנוואל,‏ קאונטי אוו אראנדזש ‏(צו פארטיידיגן זיך און

אראנדזש קאונטי סוער דיסטריקט נומ.‏ 1), טאון אוו טשעסטער,‏ מאנרא

פייער דיסטריקט,‏ און די פיש קלאב אוו קארנוואל ‏(די ‏"מוניציפאלע

אנקלעגער"),‏ און אנקלעגער אין אנקלאגע נומ.‏ 2, פרעזערוו האדסאן

וואלי,‏ דזשאן אלעגרא,‏ עמילי קאנווערס,‏ און לואיס מ.‏ סערקווא ‏(די

‏"פרעזערוו האדסאן וואלי אנקלעגער")‏ ‏(די מוניציפאלע אנקלעגער און

פרעזערוו האדסאן וואלי אנקלעגער טוען זיך באציען אין דער אנקלאגע

אלס ‏"פעטישאנערס")‏ זוכן צו:‏

(1) אנולירן,‏ אוועקנעמען און באזייטיגן די אינוואלווד

עידזשענסי'ס פיינדינג סטעיטמענט,‏ אדאפטירט דורך דער טאון באורד

אום סעפטעמבער 15', 8, נאכקומענדיג דעם SEQRA ‏[סיקרע]‏ ‏(עס

ווערט באצייכנט אלס ‏"די טאון באורד'ס סיקרע פיינדינגס").‏

‎2‎‏'טע פארזעצונג

ענדגילטיג טוען די פילע אינדיווידועלע נתבעים וואס קאמיבינירן די

אונטערשריפטן צו די 2 אנעקסעישאן פעטיציעס ‏(די ‏"אנעקסעישאן

פעטיציעס")‏ פאדערן צו אנולירן די אנקלאגעס באזירט אויף,‏ צווישן

אנדערן,‏ די אנקלעגער'ס שוואכע אהערשטעלונגען.‏

אין צייט וואס די הויפט ארגומענט אין דער אנקלאגע איז קאנצענטרירט

איבער וואס די אנקלעגער באהויפטן אז דא איז געווען א שוואכע ארבייט

ביי דעם סיקרע ‏(באקאנט אלסSEQRA ( איבערזיכט דורך די טאון

און ווילעדזש באורדס פאר דעם 164 עיקערס אנעקסעישאן פעטיציע,‏

און דורך די ווילעדזש באורד פאר דעם 507 עיקערס אנעקסעישאן

פעטיציע,‏ טוען די אנקלעגער אויכעט ברייט-קאלירפול ארגומענטירן

מיט אנדערע קעגנשטעלונגען איבער די באשלוסן אנגענומען דורך דע

טאון און ווילעדזש באורדס וואס קען גרופירט ווערן אין די פאלגנד

קאטעגאריעס:‏ (1) קלאגנדיג אז די אנעקסעישאן פעטיציעס אי

אומפעליג אונטער א דזשענעראל מוניציפאל געזעץ 703 און 705 און דא

ברויך אפגעשאפן ווערן;‏ (2) קלאגנדיג אז אנעקסעישאן פעטיציעס איז

אומפעליג וויבאלד זייער איינציגע ציל איז צו רעזאונען די אנעקסעישא

טעריטאריעס;‏ (3) קלאגנדיג אז די טאון און ווילעדזש באורדס האבן נישט

ריכטיג באשטעטיגט אז די 164 עיקערס אנעקסעישאן פעטיציע איז

פולקאם אין דער פובליק אינטערעסע,‏ און אז די ווילעדזש באורד הא

נישט ריכטיג באשטעטיגט אז די 507 פעטיציע איז אין דער כלליות'דיגע

פובליק אינטערעסע;‏ און (4) קלאגנדיג אז די באשלוסן באשטעטיגנדי

די 164 עיקערס אנעקסעישאן פעטיציע פארלעצט א פונדאמענטאל

יוריסדיקציע געזעץ,‏ מיט דעם וואס די 507 עיקערס אנעקסעישאן אי

דאך צוערשט איינגעגעבן געווארן,‏ און איידער די באהאנדלונגען דערוועג

ווערן נישט פולשטענדיג פארטיג,‏ קען נישט באהאנדלט ווערן סיי וועלכ

פארלאנג איבער דער 164 עיקערס פעטיציע.‏

די 164 אנעקסעישאן פעטיציע איז אויפגעברענגט געווארן צו דע

ווילעדזש באורד און טאון באורד אום אויגוסט 14' 20, ‏(אלול תשע"ד)‏

אין פארבינדונג מיט די אנעקסעישאן פארשלאגן און אין צוזאמענהאנג

מיט זייערע פארפליכטונגען אלס ליעד עידזשענסי,‏ האט די ווילעדז

אום מאי 15' 1, ‏(אייר תשע"ה)‏ פארגעשטעלט א ‏"דרעפט דזשענעריק

ענווייראנמענטאל אימפעקט סטעיטמענט"‏ ‏(באקאנט אלס DGEIS" ").

ווי די מוניציפאלע אנקלעגער באטאנען,‏ שיינט די " DGEISאנצוקוקן

די ענווייראנמענטאלע אימפעקטס פון די 164 עיקערס פעטיציע אלס

‏'אלטערנאטיוו'".‏

אום יוני 15' 10, ‏(סיון תשע"ה)‏ האט די ווילעדזש באורד און די טאו

באורד אינאיינעם אפגעהאלטן א הירינג איבער דעם 164 עיקערס

פעטיציע.‏ לויט די אנקלעגער האט די ווילעדזש ערהאלטן א צא

קאמענטארן איבער די אפעקטן וואס ווייזט אויף אז ס'איז נישט פארהא

לאגישע באזיס צו דער DGEIS שטעלונג,‏ אז אנעקסירן גרויסע שטיקע

פרישע לאנד מיט א פלאן דאס צו רעזאונען עס זאל צושטעלן שטאר

געדוכטע דעוועלאפמענטס,‏ וועט נישט שאפן א וואוקס איינשפריץ ‏(דא

הייסט אז א דאנק דעם וועט דער וואוקס שטייגן).‏

אנקלעגער באציען זיך ווייטער אויף די קאמענטארן וואס די ווילעדז

האט ערהאלטן פון דעם טאונ'ס ראטגעבער ‏(מיט דער פירמע נאמען

דזשעי.‏ עם.‏ סי.)‏ וואס האט אראפגעשטעלט א מיינונג אז די GEIS"

איז געווען פונדאמענטאל פעלערהאפטיג,‏ און קרית יואל ברויך אנהויב

פונדאסניי דעם פראצעדור דורכאויס זיך גרייט מאכן פאר אן ענדגילטיגע

ענווייראנמענטאל אימפעקט סטעיטמענט".‏

(2) אנולירן,‏ אוועקנעמען און באזייטיגן דעם טאון באורד'ס

באשלוס,‏ רעזאלוציע,‏ ארדער:‏ 4-507 עיקערס און 163.8 עיקערס

אנעקסעישאן באשטעטיגט אום סעפטעמבער 15' 8, ‏(באצייכנט אלס

‏"טאון באורד'ס אנעקסעישאן רעזאלוציע").‏

(3) אנולירן,‏ אוועקנעמען און באזייטיגן די ווילעדזש באורד'ס

רעזאלוציע,‏ וואס טוט באשטעטיגן און איינשטעלן די אנעקסיעשאן

פעטיציע פון ארום 164 עיקערס פון טאון צו דער ווילעדזש,‏ אדאפטירט

סעפטעמבער 15' 6, ‏(באצייכנט אלס ‏"די ווילעדזש באורד'ס 164

רעזאלוציע").‏

(4) אנולירן,‏ אוועקנעמען און באזייטיגן די ווילעדזש באורד'ס

רעזאלוציע,‏ וואס טוט באשטעטיגן און איינשטעלן די אנעקסעישאן

פעטיציע פון ארום 507 עיקערס פון טאון צו דער ווילעדזש,‏ אנגענומען

סעפטעמבער 15' 6, ‏(באצייכנט אלס ‏"ווילעדזש באורד'ס 507"

רעזאלוציע).‏

(5) אנולירן,‏ אוועקנעמען און באזייטיגן די ווילעדזש באורד'ס

SEQRA סטעיטמענט,‏ אדאפטירט אום סעפטעמבער 15' 6, ‏(באצייכנט

אלס ‏"ווילעדזש באורד'ס SEQRA פיינדינגס").‏

(6) אנולירן,‏ אוועקנעמען און באזייטיגן די ווילעדזש באורד'ס

פיינדינג וואס באשטעטיגט דאס אויספאלגן די באדינגונגען פאר די 507

און 164 עיקערס פעטיציעס,‏ וואס ווערט געפאדערט ביים ארטיקל 17

פון די דזשענעראל מוניציפאלע געזעץ און אין באצוג צום אפעקט ביי

די פארגעשלאגענע אנעקסעישאנס איבער דער פולקאמער פובליק

אינטערעסע,‏ דאטירט סעפטעמבער 15' 6, ‏(באצייכנט אלס ‏"ווילעדזש

באורד'ס אנעקסעישאן פיינדינגס").‏

(7) און,‏ אנולירן,‏ אוועקנעמען און באזייטיגן אלס זעלבסט-‏

געקרוינטע און קאפריזנע די אפשטימונג פון די ניו יארק סטעיט

דעפארטמענט אוו ענווייראנמענטאלע קאנסערוועישאן ‏(די.‏ אי.‏ סי.‏

(DEC אום יאנואר 15', 28, צו דעזיגנירן די ווילעדזש באורד אלס ליעד

עידזשענסי ביי דער 507 עיקערס אנעקסעישאן פעטיציע ‏(באצייכנט אלס

‏"ליעד עידזשענסי באשלוס").‏ די מוניציפאלע אנקלעגער'ס אנקלאגע

פארלאנגען ענליכע אנולירונגען.‏

די נתבעים טאון און ווילעדזש ענטפערן די אנקלעגער,‏ דורכ'ן

פארלייקענען זייער מאטעריאל טענות,‏ און טוען אראפשטעלן

פארשידענע קעגנערשאפטן פון געזעץ שטאנדפונקט,‏ וואס טוט אויך

פארמירן אן אפענטפער גרונד מ'זאל בכלל נישט אננעמען די קלאגע.‏

אין זייער ענטפער,‏ טוט די די.‏ אי.‏ סי.‏ פארלייקענען די שטויס

טענות פון דער פרעזערוו האדסאן וואלי אנקלעגער'ס אנגענומענע

אנקלאגע,‏ און טוען אראפשטעלן פארשידענע קעגנערשאפטן פון

געזעץ שטאנדפונקט,‏ אריינגערעכנט:‏ (1) אז די אנקלאגע - אקעגן דער

די.‏ אי.‏ סי.‏ - ברויך ווערן ארויסגעשליידערט,‏ וויבאלד דער געריכט האט

שוואכע יוריסדיקציע מאטעריאל,‏ נאכדעם וואס פרעזערוו האדסאן

וואלי אנקלעגער האבן געברענגט ווינציג באווייז אפצושלאגן דעם די.‏ אי.‏

סי.'ס ליעד עידזשענסי'ס באשלוס;‏ און (2) די אנקלאגע – אקעגן דער

די.‏ אי.‏ סי.‏ – ברויך ארויסגעשליידערט ווערן וויבאלד די טאון באורד

האט למעשה נישט באשטעטיגט דעם 507 עיקערס פעטיציע,‏ און

דערפאר איז פרעזערוו האדסאן וואלי אנקלעגער'ס טענות צום די.‏ אי.‏

סי.‏ ליעד עידזשענסי באשלוס,‏ איבער עפעס וואס איז אומאיינשטימיג

באשטעטיגט.‏

דערפאר,‏ אום אויגוסט 15' 14, ‏(אב תשע"ה)‏ האט די ווילעדז

באורד ארויסגעגעבן איר ‏"פיינעל דזשענעריק ענווייראנמענטא

אימפעקט סטעיטמענט"‏ ‏(באקאנט אלס FGEIS" "), אויף וואס ד

אנקלעגער טענה'ען אז ס'איז נישט קענטיג דערויף אז די ווילעדז

האט אונטערגענומען ‏"סיי וועלכע פרישע זאכליכע אנאליזן איבער ד

ענווייראנמענטאלע אפעקטן איבער די פארגעשלאגענע אנעקסעישאנס"‏

לויט די מוניציפאלע אנקלעגער,‏ טוט די FGEIS אויך באטראכטן ד

ענווייראנמענטאלע אימפעקטס פון די 164 עיקערס פעטיציע אלס

‏'אלטערנאטיוו'.‏

אום סעפטעמבער 15' 6 ‏(אלול תשע"ה)‏ האט די ווילעדזש באורד

אדאפטירט:‏ (1) א פיינדינג סטעיטמענט באשטעטיגנדיג אז די DGEIS

און FGEIS פאלגן אויס די SEQRA פאדערונגען;‏ און (2) א רעזאלוציע

נאכקומענדיג א דזשענעראל מוניציפאל געזעץ 711 וואס באשטעטיגט

אז ביידע,‏ די 164 עיקערס און 507 עיקערס אנעקסעישאן פעטיציע איז

פולקאם אין דער ‏"פובליק אינטערעסע".‏ אום סעפטעמבער 15' 8, האט

די טאון באורד,‏ אלס אן אינוואלווד עידזשענסי,‏ אדאפטירט:‏ (1) א פיינדינג

סטעיטמענט באשטעטיגנדיג אז די DGEIS און FGEIS פאלגן אויס די

SEQRA פאדערונגען אין באצוג צו דער 164 אנעקסעישאן פעטיציע,‏

אבער נישט אין באצוג צו דער 507 אנעקסעישאן פעטיציע;‏ און (2) א

רעזאלוציע נאכקומענדיג א דזשענעראל מוניציפאל געזעץ 711 וואס

באשטעטיגט אז די 164 עיקערס אנעקסעישאן פעטיציע איז פולקא

אין דער ‏"פובליק אינטערעסע".‏

נאכפאלגנדיג די טאון באורד'ס און די ווילעדזש באורד'ס רעזאלוציעס

דערקלערנדיג אז די 164 עיקערס אנעקסעישאן איז געווען פולקאם אי

דער ‏"פובליק אינטערעסע",‏ האט די טאון באורד – ווי א א דזשענערא

מוניציפאל געזעץ 713 פארלאנגט - אום אקטאובער 15' 5, ‏(תשרי תשע"ו

‏(פארזעצונג אויף זייט 35)

34 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

35 כסלו תשע"ז \ '16 December

‏(פארזעצונג פון זייט 33)

באשטימט אויף נאוועמבער 15' 9, ‏(חשון תשע"ו)‏ א ספעציעלע וואלן

איבער דעם אנעקסעישאן.‏ אין צוגאב,‏ ארום אקטאובער 15', וויבאלד די

טאון באורד און די ווילעדזש באורד זענען געווען אומאיינשטימיג איבער

צי דער 507 עיקערס אנעקסעישאן פארשלאג איז אין דער פולקאמער

‏"פובליק אינטערעסע",‏ האט די ווילעדזש באורד – אין צוזאמענהאנג מיט

א דזשענעראל מוניציפאל געזעץ – 712 אנגעהויבן מיט די ספעציעלע

פראצעדורן איבער א געריכטליכע אפשטימונג,‏ צי די 507 עיקערס

אנעקסעישאן פעטיציע איז געווען אין דער פולקאמער ‏"פובליק

אינטערעסע".‏

נאכפאלגנדיג די טאון באורד'ס דאטירן די ספעציעלע וואלן,‏ האבן

אנקלעגער אין ביידע אנקלאגעס איינגעגעבן אין געריכט אן אורטייל

פארלאנג,‏ סיי (1) צו שטעלן א סטעי איבער די ספעציעלע וואלן;‏ אדער,‏

אלס אלטערנאטיוו אויב דער געריכט ערלויבט יא די וואלן אפגעהאלטן

צו ווערן (2) שטעלן א סטעי אויף דער ווילעדזש'ס רעכט צו באשלוסן

געזעצן אויף סיי וועלכען לאקאלן געזעץ וואס קען אקטיוויזירן דעם

פארגעשלאגענעם אנעקסעישאן,‏ איידער דער געריכט וועט פולשטענדיג

אורטיילן איבער זייער אנקלאגע.‏

אין אן אורטייל דאטירט נאוועמבער 15' 5, ‏(באקאנט אלס ‏"די

נאוועמבער 5 באשלוס"),‏ האט געשעצטע פרענסעסקא קאנאליע,‏ די

ערשטע ריכטערין וואס האט אנגעפירט מיט די דאזיגע אנקלאגעס,‏ איידער

זי איז נאמינירט געווארן צום אפעלאט דיוויזשאן,‏ צווייטע דעפארטמענט,‏

צוריקגעוויזן דעם פארלאנג וואס זיי האבן געזוכט קעגן דאס אפהאלטן

די ספעציעלע וואלן,‏ אבער זי האט אנגענומען דעם פארלאנג וואס זיי

האבן געבעטן א סטעי אויף סיי וועלכע לאקאלע געזעץ אפשטימונג

דורכגעפירט דורך דער ווילעדזש באורד נאכצוקומען א דזשענעראל

מוניציפאל געזעץ 714 וואס אקטיוויזירט די 164 אנעקסעישאן פעטיציע,‏

דורכאויס די אנקלאגע ווערט באהאנדלט.‏

די טענות וואס באזארגן די מוניציפאלע אנקלעגער

ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו טענות:‏

די מוניציפאלע אנקלעגער ארגומענטירן אז לאנד פון ווילעדזש אוו

סאוט בלומינג-גראוו טוט זיך גרעניצן מיט לאנד פארגעשלאגן צו ווערן

אנעקסירט.‏ לויט די מוניציפאלע אנקלעגער,‏ טוען די איינוואוינער

אין ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו זיך ‏"ספראווען מיט וואסער

באגרעניצונגען צוליב דעם געצוימטן טרינק-וואסער סופליי פאר

זייער אייגענעם וואסער דיסטריקט",‏ און ס'איז שוין אויסגעקומען

פאר דעם ווילעדזש'ס וואסער דיסטריקט נישט נאכצוקומען דעם

מאקסימום טעגליכן וואסער געברויך פאר אירע איינוואוינער,‏ און די

דאזיגע פארגעשלאגענע אנעקסעישאנס מיט די ערווארטעטע פרישע

דעוועלאפמענטס ‏"וועט אומגינסטיג אפעקטירן די וואסער קוועלער פון

וואו די ווילעדזש'ס וואסער דעפארטמענט טוט זיך ערנערן אלס קוועלער

פאר זייער מוניציפאלע וואסער סופליי".‏

מוניציפאלע אנקלעגער טוען ווייטער קלאגן אז די ווילעדזש וועט

זיין אפעקטירט דורך:‏ (1) טראפיק רעזולטאטן פון די פארגעשלאגענע

אנעקסעישאנס און די ערווארטעטע דעוועלאפמענטס,‏ וואס וועט זיך

אנלייגן אויף די ווילעדזש'ס אפעראציעס,‏ אריינגערעכנט שניי-שארן און

ראוד מענטעינענטס;‏ (2) די וואקסנדע סוער געברויך פונעם אנעקסעישאן

און ווארשיינליכע דעוועלאפמענטס וואס וועט אומגינסטיג אפעקטירן די

ערמעגליכטע סוער סערוויס צוגעשטעלט דורך דעם סוער טריעטמענט

פלענט אפערירט דורך אראנדזש קאונטי אין דער ווילעדזש אוו הערימאן

‏(באקאנט אלס די או.‏ סי.‏ עס.‏ די.‏ #1 עס.‏ טי.‏ פי.)‏ ; און (3) דאס זיין געמוטיגט

אויף א געדיכטן סטיל דעוועלאפמענט וועט אומגינסטיג אפעקטירן דעם

דארפישן כאראקטער פון דער ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו און

וועט זיין א רעזולטאט פאר א טויש אין דעם קאמיוניטי כאראקטער.‏

טאון אוו בלומינג-גראוו טענות:‏

בנוגע טאון אוו בלומינג-גראוו,‏ טוען די מוניציפאלע אנקלעגער

ארגומענטירן אז זיי טוען ‏(דורך ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו)‏ זיך

גרעניצן מיט לאנד פארגעשלאגן צו ווערן אנעקסירט,‏ און דאס וועט זיי

אומגינסטיג אפעקטירן,‏ באזירט אויף געהעכערטע טראפיק און אן אפעקט

אויף טאון אפעראציעס,‏ אריינגערעכנט זייער פאליציי קרעפטן.‏ ס'ווערט

אויך ארגומענטירט אז די טאון אוו בלומינג-גראוו וועט אפעקטירט

ווערן וויבאלד אין דער ווילעדזש וועט ארויפקומען געדיכטע סטיל

דעוועלאפמענטס,‏ וואס איז אין קאנטראסט מיט דעם דארפישן טאון

כאראקטער,‏ און דאס וועט אומגינסטיג אפעקטירן דעם כאראקטער פון

דעם קאמיוניטי.‏ אין שטיצע צו אזא מיינונג,‏ טוען מוניציפאלע אנקלעגער

זיך באציען אויף אן אפידעיוויד עדות פון דער טאון אוו בלומינג-גראוו

סופערווייזער,‏ איינגעשוואוירן אקטאובער 15'. 20,

ווילעדזש אוו מאנרא טענות:‏

אין שטיצע צו דער שטעלונג פון ווילעדזש אוו מאנרא,‏ טוען די

מוניציפאלע אנקלעגער קלאגן אז ‏"זיי זענען אין נאנטן שכנות צו לאנד

פארגעשלאגן צו זיין אנעקסירט".‏ באזירט אויף אן אפידעוויד פון סטוארט

טורנער,‏ טוען מוניציפאלע אנקלעגער ארגומענטירן אז די ווילעדזש

אוו מאנרא וועט אומגינסטיג אפעקטירט ווערן דורך די פארמערטע

דעוועלאפמענטס וואס וועט שאפן די פאלגנדע קאנסעקווענצן:‏ (1)

העכערן דעם טראפיק צום אינטערסעקשאן ביי סקאנעמאנק סטריט און

דעם רוט 208 און פארעסט עוו,‏ וועלכע וועט אומגינסטיג אפעקטירן די

אפעראציעס פון די ווילעדזש'ס סאניטאציע טראקס,‏ די דעפארטמענט

אוו פובליק ווארקס'‏ עקוויפמענטס און אנדערע וויקעלס,‏ ווען די

ווילעדזש ראודס וועלן שנעל אפגענוצט ווערן;‏ (2) א געהעכערטע סוער

באנוץ וואס וועט אומגינסטיג אפעקטירן די ערמעגליכטע סוער באנוץ

פונעם הערימאן סוער טריעטמענט פלענט;‏ (3) עס וועט ארויפפאלן א

פרישן לאסט מיט'ן אנפירן די 2 פובליק פארקס אין דער ווילעדזש אוו

מאנרא ‏(עירפלעין פארק און מילפאנדס פארק)‏ ווי דיסקוסירט אין דעם

א.ד.‏ טורנער אפיעדעיוויד;‏ (4) די דעוועלאפמענטס וועלן פארשטעלן

דעם אויבערפלאך,‏ וואס וועט ברענגען א העכערונג אין פירן שטורעם-‏

וואסערן פון די שפיץ בערג איבערצופילן דעם ראמאפא טייכל,‏ וואס קען

ברענגען פארפלייצונגען,‏ ווי ארויסגעברענגט אין דעם אפידעיוויד פון

דזשאן א'ראורק;‏ (5) דאס וועט העכערן דעם ווילעדזש'ס וואסער באנוץ

דורך מאנרא פייער דיסטריקט וועלכע וועלן ברויכן האנדלען ביי מער

פייערן;‏ און (5) באשטעטיגטע אפעקטירונגען צום קאמיוניטי כאראקטער.‏

ווילעדזש אוו וואודבורי טענות:‏

די טענות וואס שטיצט ווילעדזש אוו וואודבורי'ס אנקלאגע זענען,‏

אז זיי גרעניצן זיך מיט לאנד פארגעשלאגן צו ווערן אנעקסירט,‏

און די דאזיגע פארגעשלאגענע אנעקסעישאן און די ערווארטעטע

דעוועלאפמענט וועט אומגינסטיג זיי אפעקטירט באזירט אויף:‏ (1) הייבן

דעם טראפיק אויף רוט 105, רוט 44 און בעיקערטאון ראוד,‏ וואס וועט

אומגינסטיג אפעקטירן די ווילעדזש'ס אפעראציעס,‏ דערונטער דעם

פייער דעפארטמענט;‏ (2) הייבן דעם סוער באנוץ וואס וועט אומגינסטיג

אפעקטירן די ערמעגליכטע סוער צוגעשטעלט דורך דעם הערימאן סוער

טריעטמענט פלענט;‏ און (3) אין ווילעדזש וועט ארויפקומען א געדיכטן

סטיל דעוועלאפמענט,‏ וואס וועט אומגינסטיג אפעקטירן דעם דארפישן

כאראקטער פון דער ווילעדזש,‏ און וועט זיין א רעזולטאט פאר א טויש

אין דעם קאמיוניטי כאראקטער.‏ בנוגע דעם אומגינסטיגן אפעקט אויף

דעם קאמיוניטי כארקאטער,‏ טוען מוניציפאלע אנקלעגער זיך באציען

אויף דעם אפידעיוויד פון מייקל קווינען,‏ מעיאר אוו ווילעדזש אוו

וואודבורי,‏ איינגעשוואוירן אקטאובער 15'. 20,

טאון אוו וואודבורי טענות:‏

בנוגע די טאון אוו וואודבורי'ס טענות,‏ טוען מוניציפאלע אנקלעגער

באהויפטן אז די טאון גרעניצט זיך מיט לאנד פארגעשלאגן צו ווערן

אנעקסירט.‏ זיי זענען ממשיך אז די טאון אוו וואודבורי וועט אומגינסטיג

אפעקטירט ווערן דורך:‏ (1) עס וועט העכערן דעם טראפיק צום קאונטי

ראוד 105, קאונטי רוט 44, קאונטי רוט 64, בעיקערטאון ראוד און סטעיט

רוטס 17 און 32, וואס וועט אפעקטירן טאון אפעראציעס,‏ דערונטער

זייער פאליציי דעפארטמענט,‏ און עס וועט צוגלייגן גערודער און שמוץ;‏

(2) עס וועט מעגליך פירן צו א הערימאן סוער טריעטמענט פלענט

אויסברייטערונג,‏ לאקאליזירט אין טאון,‏ וואס וועט פירן א געהעכערטע

גערויש,‏ און שמוץ-אפפאל צום ראמאפא ריווער,‏ און וועט מעגליך העכערן

סוער פארלעצונגען וואס וועט רואינירן די טאון;‏ (3) א וואוקס אין קרית

יואל וועט פארמערן סוער-אפפאל פון קרית יואל'ס סוער טריעטמענט

פלענט,‏ אריינגערעכנט א העכערנוג אין דעם קאלארייד באנוץ אפפאל ‏(די

זאלץ וואס מ'נוצט פאר די מליחת העופות)‏ וואס וועט צוקומען אדאנק די

פארברייטערטע אפעראציעס ביים קרית יואל בית השחיטה פראסעסינג

פלענט;‏ און (4) די ווילעדזש'ס מוטיגן געדיכטע דעוועלאפמענטס געבוי,‏

איז אין קאנטראסט מיט דעם דארפישן כאראקטער פון דעם מערב טייל

אין דער טאון,‏ און עס וועט אומגינסטיג אפעקטירן דעם כאראקטער פון

דער קאמיוניטי,‏ ווי בעסער איבערגעצייגט דורך אן אפידעיוויד דורך דער

טאון אוו וואודבורי סופערווייזער,‏ איינגעשוואוירן אקטאובער 15'. 23,

ווילעדזש אוו הערימאן טענות:‏

בנוגע די טענות פון ווילעדזש אוו הערימאן,‏ טוען די מוניציפאלע

אנקלעגער פארשטעלן,‏ אז די ווילעדזש איז אין נאנטן שכנות מיט לאנד

געזוכט אנעקסירט צו ווערן.‏ אין צוגאב,‏ טוען מוניציפאלע אנקלעגער

ארגומענטירן,‏ אז די ווילעדזש אוו הערימאן וועט זיין אפעקטירט דורך:‏ (1)

א געהעכערטע טראפיק ביי רוט 17 ‏(לויט די מוניציפאלע אנקלעגער,‏ ווען

ס'פאסירט טראפיק עקסידענטן אויף רוט 17, דאן פארקירעוועט זיך דער

טראפיק פון רוט 17 צו די ווילעדזש'ס סטריטס,‏ וואס טוט שווער אנשטאפן

די ווילעדזש סטריטס און אומגינסטיג אפעקטירן די ווילעדזש מיט

איבריגע גערודער,‏ מער שמוץ,‏ און די ווילעדזש סערוויסעס ווערן שטארק

אויסגענוצט,‏ א שטייגער,‏ די פאליציי);‏ (2) די מעגליכע אויסברייטערונג פון

דעם הערימאן סוער טריעטמענט פלענט לאקאליזירט אין דער ווילעדזש

וועט אפעקטירן א וואס וועט פירן א געהעכערטע גערויש,‏ און שמוץ-‏

אפפאל צום ראמאפא ריווער ‏(וואס לויפט דורך דער ווילעדזש)‏ און וועט

קענען העכערן פאטענציעלע סוער פארלעצונגען וואס וועט רואינירן

די ווילעדזש,‏ וויבאלד די ווילעדזש האלט אויף ביי זיך דעם אראנדזש

קאונטי סוער דיסטריקט #1 טריעטמענט פלענט,‏ און איז א מעמבער פון

דעם פלענט;‏ (3) א וואוקס אין קרית יואל וועט פארמערן סוער-אפפא

פון קרית יואל'ס סוער טריעטמענט פלענט,‏ אריינגערעכנט א העכערנו

אין דעם קאלארייד באנוץ אפפאל ‏(די זאלץ וואס מ'נוצט פאר די מליח

העופות),‏ וואס וועט צוקומען אדאנק די פארברייטערטע אפעראציע

ביים קרית יואל בית השחיטה פראסעסינג פלענט,‏ וואס וועט אריינפליס

אין די ראמאפא און אין אנדערע אונטערערדישע קוועלער וואס ווער

גענוצט דורכצוזייען די סוער וואסער,‏ אויף ‏"וואס די ווילעדזש פארלאז

זיך אויף אירע ריינע טרינק-וואסער";‏ און (4) די דעוועלאפמענטס וועל

פארשטעלן דעם אויבערפלאך,‏ וואס וועט ברענגען א העכערונג אין

פירן שטורעם-וואסערן פון די שפיץ בערג איבערצופילן דעם ראמאפא

טייכל,‏ וואס קען ברענגען פארפלייצן סטריטס און רואינירן הייזער און

ביזנעסער.‏ די זארגונגען לגבי דעם הערימאן סוער טריעטמענט פלענט

ווערן אדרעסירט דורך אן אפידעיוויד פון ווילעדזש אוו הערימאן מעיאר,‏

איינגעשוואוירן אקטאובער 15'. 19,

ווילעדזש אוו קארנוואל-אוו-האדסאן טענות:‏

בנוגע די ווילעדזש אוו קארנוואל-אוו-האדסאן'ס טענות,‏ טוען די

מוניציפאלע אנקלעגער געבן אנצוהערן אז די ווילעדזש ביישטייערט

דאך צו געוויסע מוניציפאלע וואסער סערוויסעס צו א באדייטנדע צאל

פון אירע איינוואוינער,‏ און פאר א באדייטנדע צאל איינוואוינער אין טאון

אוו קארנוואל.‏

זיי באקלאגן זיך אז ווען זיי האבן דאס געוואלט אהערשטעלן אויף

א גרינגערן פארנעם,‏ האט די ווילעדזש אפעלירט צום די.‏ אי.‏ סי.‏ פאר

א ‏"וואסער פאמפ סטאנציע"‏ פערמיט ארויפצוברענגען וואסער פון א

אונטערערדישן פעלד קוואל,‏ לאקאליזירט אין דער מאונטענוויל טייל אי

דער טאון אוו קארנוואל.‏ זאגן די מוניציפאלע אנקלעגער,‏ אז די ווילעדז

אוו קרית יואל האט אויך אפעלירט צום די.‏ אי.‏ סי.‏ פאר א ‏"וואסער פאמ

סטאנציע"‏ פערמיט פאר א קוואל אין דער מאונטענוויל געגענט,‏ וו

אדרעסירט אין אן אפידעיוויד פון טאמאס דוואוער.‏

מוניציפאלע אנקלעגער טוען ווייטער אנצייגן,‏ אז אין צייט וואס ד

ווילעדזש אוו קרית יואל האט אריגינעל באשטעטיגט - אין דעם GEIS

- אז זיי וועלן נוצן דעם קוואל אין מאונטענוויל אלס איר בעק-אפ וואסער

קוואל,‏ האט אבער פארט די ווילעדזש אוו קרית יואל קלארגעשטעלט

אז זיי צילן צו נוצן דעם מאונטענוויל קוואל אלס איר עמטליכע וואסער

קוואל באנוץ.‏

מוניציפאלע אנקלעגער ארגומענטירן ווייטער אז ‏"איינמאל קרית

יואל וועט האבן ערגענצט איר פייפליין צום פארגעשלאגענעם קוואל

אין טאון אוו קארנוואל,‏ וועט קרית יואל אויך קענען זוכן פאר פרישע

קוועלער אין דער טאון אוו קארנוואל אין דער צוקונפט נאכצוקומען אי

שטייגנדע וואסער נאכפראגע,‏ אלס רעזולטאט פון דעם אנעקסעישא

אין צוזאמענהאנג מיט דער פארברייטערטער געדיכטער סטיל זאונינג או

דעוועלאפמענט",‏ אין צייט וואס די ווילעדזש אוו קארנוואל-אוו-האדסא

וועט אויך ברויכן אן אויסברייטערונג דורכ'ן זיך אנבינדן אין פריש

קוועלער אין דער טאון אוו קארנוואל.‏

מוניציפאלע אנקלעגער באקלאגן זיך אז ‏"טראץ וואס קרית יואל הא

געהאט אראפגעשטעלט אז זיי זוכן זיך צו קאנעקטירן צו דער ניו יאר

סיטי קעטסקיל עקוואדאקט אין דער צוקונפט,‏ האבן זיי אבער נאכניש

ערהאלטן באשטעטיגונג פאר דער קאנעקטירונג אדער זיך פארפליכטע

צו קויפן וואסער פונעם סיסטעם,‏ ליבערשט וועלן זיי שעפן ‏'אומזיסטע

קוואל וואסער פון איר מאונטענוויל קוואל און אנדערע פאטענציעל

קוועלער אין דער טאון אוו קארנוואל".‏ די מוניציפאלע אנקלעגער שרייע

אז דאס וועט באגרעניצן די ווילעדזש אוו קארנוואל-אוו-האדסאן'‏

צוקונפטיגע אפציעס צוצושטעלן מוניציפאלע וואסער סערוויסעס צו ד

קארנוואל איינוואוינער.‏

טאון אוו קארנוואל טענות:‏

די טענות צוגעשטעלט דורך דער טאון אוו קארנוואל לויפט אויפ'ן

צוגאנג וואס ווילעדזש אוו קארנוואל-אוו-האדסאן האט אראפגעשטעלט,‏

בנוגע דעם אפעקט פונעם וואסער סופליי אפעקט ‏(אט איז א ציטאט:‏ ‏"די

אנעקסעישאן וועט שאפן אפעקטן צו קוואל וואסער קוועלער דורכאויס

דער טאון,‏ אריינגערעכנט,‏ אבער נישט ממש געצוימט,‏ דאס וואודבורי

טייכל און די פריוואטע קוועלער דורכאויס די טאון איינוואוינער).‏

‏(פארזעצונג אויף זייט 37)

36 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

37 כסלו תשע"ז \ '16 December

‏(פארזעצונג פון זייט 35)

אראנדזש קאונטי טענות:‏

זיך פארלאזנדיג אויפ'ן אפידעיוויד

פון דעיוויד טשורטש,‏ טוען מוניציפאלע

אנקלעגער באהויפטן אז די קאונטי אוו

אראנדזש קומט אריין אין דער קלאגע

צוליב ווערן אפעקטירט פון פינאנציעלע

שאדן אין געביט פון - דורכאויס אנדערע

זאכן - סעקשאן 8 האוזינג וואוטשערס,‏

סופלעמענטאל נאטרישאן עסיסטענס

פראגראם,‏ מעדיקעיד,‏ פעמלי העלט

פלאס,‏ האום ענערגיע עסיסטענס

פראגראם,‏ פובליק טראנזיט הילף,‏ און נאך.‏

אין צוגאב טוען די מוניציפאלע

אנקלעגער זיך באציען אויפ'ן פאקט אז די

קאונטי פארוואלטעט אן אפערירט מיט'ן

גענזאגא פארק ‏(טיילווייז לאקאליזירט אין

לאנד פארגעשלאגן אין דער אנעקסירונג)‏

די זעלבע האבן זיי ראודס דורכאויס

לאנד וואס ווערט פארגעשלאגן אין

דער אנעקסירונג.‏ לויט די מוניציפאלע

אנקלעגער,‏ וועט די קאונטי אפעקטירט

ווערן פון דעם גרויסן פארלאנג וואס וועט

צוקומען צום גענזאגא פארק,‏ וויבאלד

מ'זעט נישט געהעריגע פלענער פאר

נייע פארקס דורכאויס קרית יואל'ע

דעוועלאפמענטס.‏ אין צוגאב,‏ באקלאגן

זיי זיך,‏ אז ס'וועט זיין אן אפעקט אויף

דער קאונטי מיט'ן ברויכן באהאנדלען

פאטענציעלע סעיפטי,‏ אנגעשטויסנקייט,‏

און פארמערטע פארריכטונגען אויף די

דאזיגע קאונטי ראודס אדאנק די נייע

באפעלקערונג און איר פארבינדעטע

רעזאונינג.‏

צום לעצט,‏ טוען מוניציפאלע אנקלעגער

אנדייטן,‏ אז וויבאלד די קאונטי אפערירט

מיט דעם הערימאן סוער טריעטמענט

פלענט,‏ וועט די קאונטי אפעקטירט ווערן

דורך די וואקסנדע קוואנטומען סוער אלס

רעזולטאט פון דעם הויך-געדיכטן זאונינג

סטיל און קאנסטרוקציע פון טויזנטער

פרישע הייזער וואס וועט באלעסטיגן

די מעגליכקייטן פונעם הערימאן סוער

טריעטמענט פלענט,‏ ווי דוסקוסירט ביי

אן אפידעיוויד פון פעטער האממאנד.‏

נאכאמאל,‏ מוניציפאלע אנקלעגער זאגן,‏

אז אין צייט וואס פלענער זענען שוין

אנאנסירט געווארן מיט שטאפלען צו

שטודירן א העכערונג מעגליכקייט פאר

דעם הערימאן סוער טריעטמענט פלענט,‏

איז אבער נישט באקאנט צי עפעס שריט

וועט אונטערגענומען ווערן און וואס די

ענווייראנמענטאלע אפעקטן עס וועט זיין.‏

טאון אוו טשעסטער טענות:‏

מוניציפאלע אנקלעגער שטעלן

פאר די טאון אוו טשעסטער'ס קלאגע

אנטיילנעמונג,‏ אלס באזירט אויף זייער

אפעקטירט ווערן פון פארמערטע סוער

קוואנטומען,‏ ווי ארויסגעברענגט דורך

דעם דערמאנטן פעטער האממאנד.‏

מאנרא פייער דיסטריקט טענות:‏

בנוגע די טענות פון מאנרא פייער

דיסטריקט,‏ טוען מוניציפאלע אנקלעגער

באהויפטן אז די פייער דיסטריקט איז

פארמירט געווארן אין באצוג צו אן

ארטיקל 11-A ניו יארק סטעיט טאון

געזעץ,‏ וואס שטעלט דאס אוועק אלס

100 פראצענט וואלונטיר אגענטור וואס

ענטפערט אלע רופן דורכאויס דער טאון

אוו מאנרא,‏ און ווילעדזש אוו הערימאן,‏

און די דאזיגע סערוויס געגענטער שליסט

אויך איין לאנד פארגעשלאגן אין דער

אנעקסירונג.‏ באזירט אויף אן אפידעיוויד

פון טימאטיי קערר,‏ באקלאגט זיך די פייער

דיסטריקט אז זיי וועלן אפעקטירט ווערן,‏

וויבאלד די פארמערטע דעוועלאפמענטס

דורכאויס דעם פייער דיסטריקט וועט

שווערער מאכן דאס ענטפערן אלע

רופן,‏ וועלן די פייער טראקס שנעלער

אויסגענוצט ווערן ‏"אן סיי וועלכע פלענער

פארגעשטעלט איבער פייערלעשער

וואלונטירן צוגאבעס".‏

פיש קלאב אוו קארנוואל טענות:‏

צום לעצט,‏ בנוגע די טענות פון

דעם קארנוואל פיש קלאב,‏ טוען די

מוניציפאלע אנקלעגער פארשטעלן אן

אפידעיוויד פון דזשעימס מעקעגי,‏ וואו

ער ערקלערט אז דער קלאב איז א נאן-‏

פראפיט גרופע געווידמעט פאר ספארט

אקטיוויטעטן און וואלד באשעפענישן

האדעוואונג.‏ ווי מעקעגי זאגט טוט דער

קלאב פארוואלטן פראפערטי דורכאויס

וואו דאס וואודבורי טייכל לויפט דורך,‏

און דער קלאב טוט רעגלמעסיג פאנגען

פישלעך פון דעם טייכל און זיי גאראנטירן

שטענדיג אז ס'איז פארהאן גוטע צוטריט

צום טייכל,‏ די מעמבערס זאלן קענען

פאנגען.‏ לויט די מוניציפאלע אנקלעגער

גייט דאס וואסער פונעם ‏"וואודבורי טייכל

זיך זויבערן צום מאונטענוויל קוואל אין

וואס קרית יואל זוכט זיך אנצושליסן צו

ערנען זייער וואקסנדע באפעלקערונג

מיט וואסער סופליי;‏ דער קוואל סערווירט

אלס וויכטיגע באזע פאר דאס וואודבורי

טייכל וואסער רייניגונג".‏ די פיש קלאב

ארגומענטירט אז די אנעקסעישאן מיט

דעם ערווארטעטן וואוקס,‏ איז ערווארט

צו שאפן אומגינסטיגע אפעקטן צום

וואודבורי טייכל;‏ נעמליך,‏ עס וועט

אויסטרוקענען דורכאויס פעריאדן פון

שוואכע רעגן סעזאנען,‏ וואס וועט פירן א

ליקווידאציע פאר די פישלעך,‏ און שעדיגן

זייער פיש קלאב גרופע.‏

די טענות וואס באזארגן די

פרעזערוו האדסאן וואלי אנקלעגער

אין זייער קארעגירטע באשטעטיגטע

אנקלאגע,‏ טוט פרעזערוו האדסאן וואלי

אראפשטעלן די פרעזערוו האדסאן

וואלי צילן:‏ (1) זיי זענען דא צו באשיצן

און אפהאלטן אראנדזש קאונטי און

די ארומיגע געגענטער פון די מאסיווע

דעוועלאפמענטס,‏ און באשיצן אירע

נאטירליכע קוועלער;‏ און (2) אפהאלטן

און קעמפן פאר דער קאנסטיטוציאנאלער

און היסטארישער רעליגיע אפזונדערונג

פון גאווערמענט אינסטיטוציעס,‏ כדי צו

קענען באשיצן די פובליק אינטערעסן פון

די אראנדזש קאונטי איינוואוינער.‏

פרעזערוו האדסאן וואלי טענות:‏

לויט דער פערזערוו האדסאן וואלי

אנקלאגע,‏ זאגט דזשאן אלעגראו אז ער

וואוינט אויף 288 סעווען ספרינגס מאונטען

ראוד אין דער טאון אוו מאנרא,‏ ניו יארק,‏

וואס איז אין די 550 פיס פון לאנד געזוכט ביי

דער 507 עיקערס אנעקסעישאן פעטיציע,‏

און דאס וועט אים שאפן אייגנארטיגע

אומגינסטיגע אפעקטירונגען דורך ביידע,‏

דורך דער 507 עיקערס אנעקסעישאן

פעטיציע,‏ און דורך דער 164 עיקערס

אנעקסעישאן פעטיציע,‏ אין געביט פון

דער ראיאן שיינקייט,‏ זע פאנאראמע,‏

באזארגונגען,‏ און קאמיוניטי כאראקטער.‏

ער וועט אויך אפעקטירט ווערן וויבאלד

זיין טאכטער איז איינגעשריבן אין מאנרא-‏

וואודבורי סקול דיסטריקט,‏ וואס וועט

אומגינסטיג אפעקטירט ווערן דורך דע

פארגעשלאגענער אנעקסעישאן.‏

ע.‏ קאנווערס טענות:‏

לגבי די טענות פון עמלי קאנווערס,‏

טוען די פרעזערוו האדסאן וואלי

אנקלעגער אונטערשטרייכן אז זי וואוינ

אויף 22 סאנסעט הייטס אין דער טאו

אוו מאנרא,‏ ניו יארק,‏ וואס געפונט זי

דורכאויס דעם הערימאן סוער דיסטריק

#1, און זי וועט אומגינסטיג אפעקטיר

ווערן דורך קאנסעקווענצן פון דער

פארגעשלאגענער אנעקסעישאן.‏ מס

קאנווערס באקלאגט זיך אויך צו ווער

אומגינסטיג אפעקטירט דורך דע

פארגעשלאגענער אנעקסעישאן,‏ וויבאל

זי האט 2 זין וואס גייען אין מאנרא

וואודבורי סקול דיסטריקט.‏

לואיס מ.‏ סערקווא טענות:‏

צום לעצט,‏ פרעזערוו האדסאן וואלי

אנקלעגער שטעלן פאר אז לואיס מ

סערקווא וואוינט אויף 300 פארעסט ראוד

אין דער טאון אוו וואודבורי,‏ ניו יארק.‏ ע

ווערט ארגומענטירט אז זיין הויז געפונ

זיך גאנץ נאנט צו לאנד וואס ווערט געזוכ

אנעקסירט צו ווערן ביי ביידע,‏ ביי דע

164 עיקערס אנעקסעישאן פעטיציע

און ביי דער 507 עיקערס אנעקסעישא

פעטיציע און,‏ אלס שטייגער,‏ וועט ע

אומגינסטיג אפעקטירט ווערן אין געבי

פון דער ראיאן שיינקייט,‏ זע פאנאראמ

באזארגונגען,‏ און קאמיוניטי כאראקטער.‏

פארזעצונג קומט אי"ה

טאון אוו מאנרא ‏"עקסעסארי אפארטמענט"‏ שטורמישע זיצונג

‏(פארזעצונג פון זייט 14)

איבער אלע פרישע בוי-פראיעקטן אין

טאון,‏ אפן און קלאר געצילט קעגן

די חסיד'ישע דעוועלאפמענטס,‏ און

דאס איז בלויז דער אריינפיר צו די

ערווארטעטע זאונינג ענדערונגען,‏

וואו אוועקנעמען די ‏"עקסעסארי

אפארטמענט"‏ מעגליכקייט איז גאר

הויך אויף די ליסטע פון די ערווארטעטע

ענדערונגען,‏ אינאיינעם מיט טוישונגען

אינעם ‏"ביימער קאוד"‏ ‏["טרי קאוד"],‏

אזש אז א קליינע קריגעריי האט שוין

פארנומען דעם אויבנאן א האלב יאר

צוריק,‏ איבער וועמענס קרעדיט עס איז

די מאראטאריום איינשטעל ווען יעדער

שרייט אז אים קומט זיך דאס.‏

א צירקוס שפיל אין א העלן

מאנטאג

למעשה דא האבן די ‏"יונייטעד

מאנרא"‏ פירער זיך געטראפן אין א

דילעמא.‏ אדאנק זייער העצע זענען די

ארומיגע שכנים אויסטערליש שארף

קעגן סיי וועלכע זאך וואס שמעקט נאר

פון צושטעלן אפילו איין איינצעלנע

דירה פאר א חסיד'ישן איד,‏ און דערפאר

איז גאר פאפולער אין טאון דאס בטל

מאכן דעם ‏"עקסעסארי אפארטמענט"‏

ערלויבעניש אין די זאונינג,‏ פון די

אנדערע זייט דארפן זיי באצאלן דעם

שטר פאר זייערע נייע פאליטישע

פארבינדעטע אין די ‏"אלייענס",‏ וועלכע

ווילן אויפבויען זייערע דעוועלאפמענטס

אין טאון און קענען אנפולן די טאשן.‏

כדי צו טאנצן אויף ביידע חתונות

זענען זיי דעריבער געקומען צו א

באשלוס אז זיי מוזן זען אפצושטופן וואס

ווייטער דעם באשלוס איבער די זאונינג

און די ‏"עקסעסארי אפארטמענטס",‏

ווייניגסטנס ביז נאך די בעפארשטייענדע

וואלן דעם קומענדיגן נאוועמבער וואו

מ'וועט ערוועלן א טאון סופערווייזאר

און 2 טאון קאונסיללייט.‏ אין די זעלבע

צייט האבן זיי אויך גענומען מער א

פארווע שטעלונג ווי דאולס.‏ אינדערצייט

וואס דאולס פרובירט צו ארבעטן אז

מ'זאל גענצליך אפשאפן די ‏"עקסעסארי

אפארטמענט"‏ ערלויבעניש,‏ זענען זיי

געקומען מיט א שטיקל פשרה,‏ אז מ'זאל

טאקע פארבאטן צו בויען גאנצע הייזער

אלס עקסעסארי אפארטמענטס,‏ אבער

מ'זאל יא מעגן בויען א קלענערע הויז

פון איין בעדרום,‏ און וואס זאל נישט

מעגן זיין גרעסער ווי 750 פיס,‏ און נאך

עטליכע באגרעניצונגען.‏

ארגינעל האט ‏"יונייטעד מאנרא"‏

געזוכט צו שלעפן די טעמע אז ס'זאל זיין

א חלק פון די גאנצע איבערמאכן דעם

‏"מייסטער פלאן"‏ און די מאנרא זאונינג

געזעצן,‏ וואס זיי ווייסן אז דאס וועט

נאך נעמען א שיין שטיקל צייט.‏ אבער

דאולס,‏ וועלכער זוכט דוקא יא צו שטופן

ווי שנעלער די טעמע כדי צו שטעלן

זיין קעגנער פון ‏"יונייטעד מאנרא"‏ אין

פארלעגנהייט,‏ האט פאררופן א פאבליק

הירינג שוין יעצט דעם פארגאנגענעם

מאנטאג ויצא,‏ דעצעמבער 5 למספרם,‏

וואס זאל זיין געווידמעט בלויז אויף די

טעמע פון ‏"עקסעסארי אפארטמענטס".‏

די ‏"יונייטעד מאנרא"‏ מיטגלידער אויפ'ן

טאון באורד האבן געשטימט דערקעגן,‏

אבער דאולס האט באוויזן צו פאררופן די

פאבליק הירינג.‏

ווען עס איז געקומען צו די מיטינג

זעלבסט – וואס איז שוין אזוי אויך

געווען אונטער א גאר היציגע שטימונג

צוליב אן אנדערע געפעכט אין טאון

וואס איז גאר שטורמיש,‏ און האט

אויפגענומען די ערשטע אנדערטהאלבן

שעה פון די מיטינג – האט זאפארט

אויסגעבראכן א שטורמישע רייבעריי

צווישן סופערווייזאר הארלי דאולס און

די יונייטעד מאנרא פירערין ע.‏ קאנווערס.‏

קאנווערס האט אנגעהויבן מיט א

העצערישן פארלאנג אז די באורד זאל

דורכפירן א רעזאלוציע וואס זאל נישט

ערלויבן דאולס איר איבערצורייסן

אינמיטן רעדן.‏ איר קלארער ציל איז

געווען אזוי אנצוהייבן די מיטינג מיט

א העצערישע אטמאספערע,‏ ווי איר

שטייגער,‏ און דאס זאל איר העלפן

פארוואנדלען דעם גאנצן מיטינג אין

א צירקוס,‏ כדי אזוי צו פארשלעפן די

צייט און אפשטופן וואס לענגער די

טעמע.‏ דאולס האט געטאנצן פונקטליך

לויט איר פידל,‏ און האט איר תיכף ומיד

איבערגעריסן מיט אן אומאויפהערליכע

אטאקע,‏ אז זי ארבעט אינאיינעם מיט

די ‏"אלייענס"‏ און וויל נישט גענצליך

אפשאפן די ‏"עקסעסארי אפארטמענט"‏

ערלויבעניש ווייל זי זוכט צו העלפן אירע

שותפים אין די אלייענס.‏

ס'האט זיך אנגעהויבן א קאכעריי

וואס האט אנגעהאלטן עטליכע מינוט,‏

ווען קאנווערס און דאולס רעדן איינער

איבער'ן צווייטן.‏ ווען זי האט געזען

אז ס'קומט נישט צו קיין טאלק איז זי

ארויסגעגאנגען פון זאל,‏ דערויף האט

איינער פון די יונייטעד מאנרא טאון

באורד מעמבערס פרובירט אפצושטופן

די גאנצע פאבליק הירינג אבער איז

צוריקגעצויגן געווארן צוליב לעגאלע

אוממעגליכקייטן.‏

דערנאך האבן אויפגעטרעטן מערערע

רעדנערס,‏ אלע פון זיי ביטער אנגעהעצט

אין די לעצטע יארן דורך ‏"יונייטעד

מאנרא",‏ און זיי האבן איינער נאכ'ן

צווייטן שארף ארונטערגעריסן דעם

‏"עקסעסארי אפארטמענט"‏ געזעץ,‏

וואס וועט ערלויבן מער חסיד'ישע

איינוואוינער זיך אויסצושפרייטן אין

טאון.‏ מערסטנס רעדנער האבן פארלאנגט

גענצליך אפצושאפן דעם געזעץ ‏[און

ס'איז געווען קענטיג אז זיי האבן נישט

ארויס פונקטליך די יונייטעד מאנר

שטעלונג וועלכע זוכט צו טאנצן אוי

ביידע חתונות,‏ זיי פרובירן אנצושטעל

א שיינעם פנים אבער פאקטיש שטער

די חסיד'ישע דעוועלאפמענטס פון גיי

פאראויס,‏ ווי זייער ארגינעלער ציל אי

אלעמאל געווען].‏

אין די ענדע איז טאקע נישט געקומע

צו קיין ענדגילטיגע אפשטימונג אדאנ

דעם צירקוס שפיל וואס זיי האב

אנגעווירטשאפט און דערווייל הא

זיך עס אפגעשטופט פאר'ן קומענדיג

חודש ווען ‏'מען וועט זיך נאכאמא

צוזאמקומען'.‏

ס'איז נאר א שארפער ווייטאג אז דע

צירקוס שפיל איז פארוואנדלט געוואר

איבער די טעמע ווער עס קען בעסע

שמייסן די חסיד'ישע דעוועלאפמענטס

און אלעס איז צום פארדאנקען ד

אויסטערליש גיפטיגע אטמאספער

וואס ‏"יונייטעד מאנרא"‏ האט אנגעצינד

אין טאון,‏ און וואס זייערע ‏"אלייענס

פארבינדעטע האבן זיי געהאלפ

אויפפלאקערן.‏

עס איז שוין די העכסטע צייט א

זיי זאלן זיך ארומקוקן און זען אז ד

חסיד'ישע איינוואוינער זענען פרידליכ

שכנים און זוכן בכלל נישט קיינעם ווי

צו טון אדער שאדן מאכן.‏ האפנטליך זא

דאס ווי שנעלער פארווירקליכט ווערן.‏

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

38 כסלו תשע"ז \ '16 December

39 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

4:00 10:00 :

11:00 10:00 :

783-8300 Ext. 2

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

40 כסלו תשע"ז \ '16 December

די

געהאלט-גיידליינס

פאר דעם HEAP פראגראם!‏

פאר די וועלכע זענען אנגעוויזן דערויף

אילוסטראציע פון די אינקאם-גיידליינס צו קענען בענעפיטירן פון די ‏"היעפ"‏ פראגראם וואס

העלפט צו צובאצאלן די קאסטן פאר הייצונג און לעקטער,‏ פארן יאר 17‘-16’ למספ'‏

‏[איר וועט באמערקן אז א גרויס טייל ‏"מידל-אינקאום"‏ פארדינער זענען אויך בארעכטיגט צו געניסן פונעם

פראגראם,‏ אויב זיי דארפן אנקומען דערצו,‏

ספעציעל איז היי יאר געהעכערט געווארן די אינקאם לימיט פאר משפחות מיט עטליכע קינדער]‏

אינקאם פער וואך בארעכטיגט פאר

היעפ

יערליכע אינקאם בארעכטיגט פאר

היעפ

2

גרויסקייט פון די פאמיליע

$36,084 $693 צב"ש מאן און פרוי

- 3 $44,580 $857 " מיט איין קינד

צוויי קינדער

" " - 4 $53,076 $1,020 דריי קינדער

" " - 5 $61,560 $1,183 - 6 $70,056 $1,347 " " פיר קינדער

פינף קינדער

" " - 7 $71,652 $1,377 זעקס קינדער

" " - 8 $73,236 $1,408 - 9 $74,832 $1,439 " " קינדער זיבן

-10 $76,428 $1,469 " " קינדער

אכט

- 11 $80,052 $1,539 " " קינדער ניין

$+ 6,240 ביי מער פערזאנען,‏ לייגט צו פער קינד

+$ 120

צו אפלייען רופט אויף:‏‎#1‎ 845-291-2002

פאר סיי וועלכע הילף אדער פראגע

קענט איר פערזענליך ארויפקומען אדער אריינרופן אין

ווילידזש קאמיוניטי סאשעל סערוויס דעפארטמענט

783-8300 #2

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

41 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

42 כסלו תשע"ז \ '16 December

43 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

-Transportation Department-

!èéé÷îàæ÷øòîôéåà òâéèëéåå

íìåò íòã ïëàî íàæ÷øòîôéåà ïìéåå øéî

íéùãç øòèðéåå éã ñéåàëøåã æà

ìàåé úéø÷ ïéà ïñàâ éã óéåà ï÷øàô åö èáéåìøò èùéð æéà

èéîøòã øéà èåè ñàâ ï'ôéåà è÷øàô øéà ïòåå

øòãðé÷ òðòâééà òøòééà äðëñ à ïéà ïìòèùðééøà

øòééà ïåà ñøà÷ éã ïøàôîåøà ï'ôøàã áéìåö ïâéèòôùøàô ñòñàá

.ñàá ï'øàô âéãðèøàåå èìà÷ èøòåå ãðé÷

ïìòèù ñàåå

,ñøà÷ òè÷øàôòâ øòèðåà ïôéåìñéåøà ïòðò÷ øòãðé÷

.ãðé÷ ïâééà øòééà äðëñ ïéà øòî

øòééà ïåà ,ïñàâ ãðò-ãòã éã åö ïøàôðééøà èùéð ïòðò÷ ñòñàá

.æéåä øòééà ïåô ÷òååà ñ÷àìá 2 ñàá ïåô èæàìòâôàøà èøòåå ãðé÷

øòãðé÷ òðòâééà òøòééà èöéùàá òèéá

!ñàâ ï'ôéåà èùéð è÷øàô

.ãðé÷ øòééà äðëñ ïéà ïìòèù èéîøòã øò èåè ñàâ ïôéåà è÷øàô ïëù øòééà áéåà

âðåèëà èéî

èðòîèøàôòã òéöàèøàôñðàøè éã

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

44 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

45 כסלו תשע"ז \ '16 December

46 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

Distributed

by:

Village Public

Works

department

MS4– Stormwater Program

Drainage System

783.8300 "

Stormwater hotline ,267#

.845-431-6533

47 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

48 כסלו תשע"ז \ '16 December

49 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

50 כסלו תשע"ז \ '16 December

בעזהשי"ת

ערש"ק תולדות

er Blatt | Oitzar | Friday, November 25, ‘16

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

• זונטאג חיי שרה:‏

שווערע נייעס קומט אן פון

אוטרעמאנט,‏ קאנאדא,‏ וואו די

ארטיגע באפעלקערונג האט אין

א רעפערענדום געשטימט צו

באשטעטיגן א טויש אינעם זאונינג

געזעץ,‏ וואס וועט פון היינט און

ווייטער פארבאטן צו עפענען נייע

בתי מדרשים אויף די איינציגע

גאס וואו עס איז נאך ביז היינט

געווען מעגליך צו עפענען א שול.‏

טראץ וואס אפיציעל טוט דער

געזעץ נישט דערמאנען קיין בתי

מדרשים ביים נאמען,‏ איז אבער

זייער קלאר און אפן אז דאס

איז געצילט בעיקר צו שטערן

די ארטאדאקסישע געמיינדע

פון בויען בתי מדרשים אין די

געגנט און אזוי ארום זיך קענען

אויסשפרייטן דארט.‏

דער רעפערענדום איז

באשטעטיגט געווארן מיט א

מערהייט פון 1,561 צו 1,202

שטימען,‏ וואס איז קנאפע 60

פראצענט פון בארעכטיגטע

וויילער אין די געגנט.‏ די עסקנים זענען געווען אנגענעם איבערראשט צו

זען אז א היפשע צאל גוי'אישע שכנים זענען אויך ארויסגעקומען דעם

געזעץ,‏ און זיי פלאנירן אונטערצונעמען א געריכטליכע אנקלאגע קעגן

דעם געזעץ.‏

• מאנטאג חיי שרה:‏ שוין ווידער א סקאנדאל...‏

די לאקאלע מידיא אין ראקלענד קאונטי האט זיך ווידער גענומען

צו די ביינער פון די חרדי'שע איינוואוינער,‏ דורך ארומלויפן פילמירן און

פארשפרייטן בילדער פון שולעס און חדרים וואס זיי האבן באשלאסן אז

ס'איז ‏'אומזיכער'‏ צו לערנען דארט מיט אזויפיל קינדערלעך בלעה"ר.‏

ליידער שטעלט זיך אויך דארט ארויס אז די גרעסטע העצער קעגן

חרדי'שע אידן זענען נישט די גוי'אישע שכנים נאר דוקא די ‏'אידישע'‏

איינוואוינער וועלכע קענען נישט אראפשלינגען די וואקסנדע

אנוועזנהייט פון חרדי'שע אידן אין ‏'זייער'‏ געגנט,‏ און זיי לויפן כסדר צו די

מידיא חדשים לבקרים,‏ יעדן טאג מיט פרישע מעשיות.‏

• דאנערשטאג חיי שרה:‏ אין ‏"דער בלאט"‏ איז פארעפנטליכט אן

אינטערעסאנטער ארטיקל וויאזוי חרדי'שע עסקנים האבן שטילערהייט

51 כסלו תשע"ז \ '16 December

ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה !

כראנאלאגיע:‏

רוף צו יהדות מאנטרעאל

ארויסקומען שטימען ‏"ניין"‏

אינעם רעפערענדום צו

פארבאטן דאס עפענען שולן אין

אוטרעמאנט.‏ דער רעפערענדום

איז ליידער יא באשטעטיגט

געווארן

גבולי הקדושה פון חסיד'ישע הרחבת

ישובים איבער גרעיטער ניו יארק – און פון סטרא אחרא עס צו שטערן קאמף

געארבעט אויפצוטרייבן א באדייטנדן צאל פון קנאפע 2,000 חסיד'ישע

שטימען אינעם ‎19‎‏'טן קאנגרעס דיסטריקט אין ניו יארק,‏ וואו די עסקנים

האבן אינדארסירט דעם רעפובליקאנער קאנגרעסמאן זשאן פעסאו,‏

וועלכער האט טאקע געווינען די וואלן,‏ און אין סאליווען קאונטי האט

ער געווינען טאקע אדאנק די 2,000 שטימען דיפערענץ וואס די עסקנים

האבן אריינגעברענגט.‏

ס'איז דער ערשטער שריט אין א גוטן ריכטונג,‏ אויפצובויען א וואקסנדע

אנוועזנהייט פון חרדי'שע וויילער אין אפסטעיט ניו יארק,‏ ספעציעל אין

סאליווען קאונטי וואו עס געפינען זיך פילצאליגע חרדי'שע קעמפס

און מוסדות און ישיבות,‏ און א שטארקע וויילער באזע וועט שטארק

ארויסהעלפן די חסיד'ישע אינטערעסן אינעם גאנצן ארטיגן ראיאן.‏

• עש"ק חיי שרה:‏ ‏"יונייטעד מאנרא"‏ נעמט אונטער פרישע

מערכה,‏ דאסמאל קעגן דעם מעיאר פון ווילעדזש אוו מאנרא זשים

פורסעל,‏ נאך וואס דער מעיאר האט ארויסגעלייגט געוויסע זאונינג

טוישונגען אין א צאל געגנטער אינעם ווילעדזש,‏ וואס יונייטעד מאנרא

פארדעכטיגט אז דאס קען העלפן חסיד'ישע אידן אפקויפן הייזער און

זיך באזעצן אינעם ווילעדזש.‏ זיי שיקן ארויס א רוף צו זייערע שטיצער

אויסצודרוקן זייער פראטעסט קעגן דעם מעיאר'ס געפלאנטע שריט.‏

• שב"ק תולדות:‏ ‏"לעגאלענד",‏ די גיגאנטישע קינדער פארק

וואס ווערט געפלאנט אויפגעשטעלט צו ווערן אין גאושען האט

געעפנט א ספעציעלע

‏"וועלקאום צענטער"‏

אין הארץ פון גאושען,‏

געצילט צו בויען

איר פי-אר צווישן די

לאקאלע באפעלקערונג

און איר ערמעגליכן

פאראויסצוגיין מיט'ן

מאסיוון פראיעקט.‏

• מאנטאג ויצא:‏

ווילעדזש אוו עירמאנט

איינע פון די טרעילארס וואס ווערן

גענוצט פאר קלאסן אין מאנסי,‏ און

די אנטי-חסיד'ישע העצער זוכן זיך

ארויפצוכאפן דערויף

דארף אפהאלטן צום

צווייטן מאל א זיצונג

וועגן דעם מאראטאריום

וואס זי פלאנט

ארויפצולייגן אויף די

געגנט.‏ עסקני מאנסי

רופן דעם ציבור ארויסצוקומען אין די מאסן צו צייגן פאר'ן ווילעדזש

די שטארקע קעגנערשאפט קעגן דעם מאראטאריום וואס וועט אנמאכן

אויסטערלישע שאדנס פאר פילע היימישע אידן,‏ קהלות און מוסדות.‏

למעשה,‏ ווערט עס אויך דאסמאל אפגערופן אין די לעצטע מינוט,‏

עס

מסתמא טאקע צוליב די שטארקע מאביליזאציע פון יהדות מאנסי

דערקעגן.‏

• מאנטאג ויצא:‏ דער טיימס העראלד רעקארד באריכטעט די

פרייליכע נייעס אז די ארבעט אויפצושטעלן שכונת ויואל משה מיט

1,500 דירות פאר תושבי קרית יואל גאלאפירט פאראויס מיט ריזן שריט

בס"ד.‏

• דינסטאג ויצא:‏ מו"ה יודל ווייסמאנדל הי"ו,‏ דער פארזיצער

פונעם איסט ראמאפא סקול דיסטריקט וועלכע איז די לעצטע יארן געווען

איינגעהילט אין פאליטישע געפעכטן,‏ און טענות אז זי דיסקרימינירט

קעגן די פאבליק סקול קינדער אונטער איר דיסטריקט,‏ מעלדט מיט גרויס

פרייד איבער דעם פארגעשלאגענעם 58 מיליאן דאלארדיגן בודזשעט

ספעציעל באשטימט פאר די פאבליק שולעס אינעם דיסטריקט.‏

ער באגריסט דארט אויך ווידעראמאל

די פשרה וואס איז אויסגעהאמערט

חובת השעה

= הצלינו נא דרייוו =

תלי"ת,‏ האבן מיר מיט גרויס סייעתא דשמיא עררייכט דעם גיגאנטישן שטח אויף Cherry Lane פאר די געברויך פון די

בניני המוסדות,‏ און מיר שטיייען שוין אצינד ביי די לעצטע פאזעס צו קענען גאר אין נאנטן אריינטרעטן מיט די אקטועלע

בוי ארבעט פון די נייע בנינים וועלכע איז קריטיש וויכטיג שוין אנצוהייבן,‏ צוליב וואס די עקזיסטירנדע בנינים זענען שוין

ב"ה אויסגעוואקסן די ריבוי התלמידים ותלמידות וואס שטייגט אומאויפהערליך בליעה"ר.‏

צום באדויער שטייען מיר אויס נאכאנאנדע אטאקעס פון די לאקאלע באאמטע וואס זענען א טייל פון די ‏"פן ירבה'ניקעס"‏

און פרובירן מיט אלע ערליי מיטלען אונז אראפצהאלטן פון צו ענטהאלטן די נויטיגע פערמיטן.‏

אצינד האבן זיי פאררופן א וואוט צו

אינפארסירן א

Moratorium

מיטן איינציגן ציהל אפצושטעלן די געפלאנטע בוי ארבעט,‏ היל"ת.‏

דעריבער בעטן מיר בכל לשון של בקשה

פון יעדן איינציגן יחיד הקטנים עם הגדולים ארויסצוקומען מאסנווייז דעם קומענדיגן

מאנטאג ויצא

אויפדערנאכט פונקטליך,‏ אין די

Village Hall

7:00 -

251 Cherry Lane

וועט זיין צוגעשטעלט טראנספארטאציע,‏ פאלגט נאך די באזונדערע מודעות.‏

געדענקט,‏ נאר מיטן פאראייניגטן כח פון יעדן יחיד און די אנוועזנהייט פון א גרויסן ציבור וועט מען בעזהשי"ת קענען

איינמאל פאר אלעמאל אפהאלטן זייערע פינסטערע פלענער,‏ און נישט דארפן גיין מיט שארפערע טאקטיקן.‏

נעמט אין אכט!!‏

אייער באטייליגונג קען אנטשיידן די עתיד פון מוסדותינו הק'‏

איש בל יעדר

שמואל זאנוויל ווערטהיימער

בשם הנהלת המוסדות

מוסדות התורה אין מאנסי

האבן אויפגעפאדערט

יעדן ארויסצוקומען צום

מאראטאריום הירינג אין

אוטרעמאנט,‏ וואס איז

געצילט אונטערצוהאקן

די פיס פאר חרד'ישע

איינוואוינער און מוסדות

התורה

געווארן אין אלבאני אונטער וועלכן

דער דיסטריקט וועט קריגן 3 מיליאן

דאלאר צו קענען צושטעלן פרי-‏

סקול פאר קלענערע קינדער אין אלע

פאבליק שולעס און אנדערע צוועקן,‏

וואס וועט העלפן בארואיגן אסאך פון

די קריטיק קעגן דעם איסט ראמאפא

סקול באורד.‏

• מיטוואך ויצא:‏ וואודבארי'ס

פלענינג באורד האלט אפ איר ערשטע

זיצונג איבער די פלענער אויפצושטעלן

א ‏"טראנזיט ווילעדזש",‏ א ספעציעלער

שטעטל מיט ארום 1,500 הייזער און

250,000 סקווער פוס פון קאמערציאלע

ביזנעס אָ‏ רט נעבן די הערימאן באן

סטאנציע,‏ עטליכע מייל אוועק פון

וואודבארי קאמאן.‏

דער פלאן וואס איז אריינגעגעבן

געווארן דורך א ניו זשוירזי

דעוועלאפער וויל נוצן 112 אקער לאנד,‏

צווישן דעם ניו יארק סטעיט רוט 17

און די אינטערסטעיט טרואוועי,‏ אין

א פראיעקט וואס וועט אפקאסטן

א געשאצטע 443 מיליאן דאלאר.‏

ער האט ארויסגעלייגט 2 ערליי פלענער,‏ איינע פאר 1,650 הייזער און

270,000 סקווער פוס פאר קאמערציאלע צוועקן,‏ די אנדערע מיט 1,400

הייזער און 245,000 סקווער פוס

פאר קאמערציאלע צוועקן.‏

זעלבסטפארשטענדליך אז

וויבאלד מ'רעדט נישט פון קיין

דירות פאר חסיד'ישע איינוואוינער

הערט מען א גאר שוואכע

קעגנערשאפט צום פראיעקט.‏

• מיטוואך ויצא:‏

דער טיימס העראלד רעקארד

עדיטאריעל,‏ אונטער'ן קעפל

‏"וואוקס איז אומפארמיידליך,‏ לאזן

די געשפרעכן זיך אנהייבן",‏ ברענגט

ארויס די היפאקריסטווע ווען

מ'רעדט פון 2 מאסיווע 1,500 דירות

פראיעקטן אין די אומגעגנט,‏ איינע

אין קרית יואל מיט שכונת ויואל

משה,‏ און די אנדערע אין נאנטן

שכינות אלס ‏"טראנזיט ווילעדזש",‏

אבער מ'הערט בכלל נישט דעם

וויי געשריי ווען ס'איז די רעדע

פונעם טראנזיט ווילעדזש בלויז ווען

מ'רעדט פון קרית יואל.‏

1

2

JCC

2

17

16

8

2

19

רייכער שילדערונג אין ‏"דער

בלאט"‏ פר'‏ חיי שרה איבער

די ארבעט פון עסקנים

אויפצובויען א פאראייניגטן

אידישן וואל כח אין די

קעטסקילס

דער עדיטאריעל ווייזט אן אז אין די לעצטע וואכן האבן די קרית

יואל ווילעדזש פירער אויסגעשטרעקט אן עפנטליכע רוף פאר שלום,‏

אבער אנשטאט קעגנקומען די אויפריכטיגע פארלאנגען זיך אראפצוזעצן

איז דער ענטפער געווען א קאטעגארישער ניין און א פארשפרעכונג

צו באקעמפן קרית יואל מיט ציין און נעגל.‏ דער רעקארד וואונדערט

זיך הויך פארוואס די ארומיגע פירער זענען נישט גרייט זיך אפילו

אוועקצוזעצן מיט קרית יואל,‏ אינדערצייט וואס עס ווערן באשטעטיגט

אנדערע מאסיווע בוי-פראיעקטן וועלכע שטויסן זיך כמעט נישט אן אין

קעגנערשאפט.‏

אויב דער רעקארד וויל אמת'דיג וויסן א סיבה קען ער זיך ווענדן צו

דער רעדאקציע,‏ מיר וועלן אים אנווייזן די פונקטליכע סיבות פאר די

אנדערע רעאקציע צו איין פראיעקט קעגן די אנדערע...‏

• מיטוואך ויצא:‏ צוויי דעוועלאפערס פון פראיעקטן געצילט

פאר חסיד'ישע אידן אין מאנרא,‏ וועלכע האבן פארלאנגט פון טאון אוו

מאנרא א ‏"הארדשיפ"‏ אויסנאם פונעם מאראטאריום און זענען געווארן

אפגעזאגט,‏ האבן אריינגעגעבן א ‏"נאטיץ אוו קלעים",‏ א מעלדונג אז זיי

פלאנען אנצוקלאגן די טאון אין פעדעראלן געריכט פאר'ן נוצן זאונינג

געזעצן צו פארלעצן זייערע רעכטן.‏ דאס איז אויסער די קלאגע וואס איז

שוין אריינגעגעבן געווארן דורכ'ן דעוועלאפער פון די 181 דירות סמיט-‏

פארם פראיעקט.‏

52 כסלו תשע"ז \ '16 December

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

Ezras Choilim Prevention Department Presents:

The Children's

Health & Wellbeing

We invite mothers to take part

in an informative seminar

geared toward your children's

health and intervention.

The seminar is designed

for mothers of children

ages 5-12 interested

in gaining important

knowledge about their

child's development and

growth.

Part 2 in a 3 part comprehensive

program given by noted

specialists will cover relevant

topics vital to every parent.

Seminar

Part 2

Wednesday Dec. 21 th

at the

Keren V’yoel

Moshe Hall

10:30 AM till 12:30 PM

Registration for this event is required.

To register call: 845-782-3242 Ext. 1461

Registration deadline

Wednesday Dec. 14 th

Attendees will receive a

free gift + exciting door

prize and automatically be

entered in a special raffle.

Light refreshments

will be served

Child

care

will be

provided for

the duration of

the program.

כסלו תשע"ז \ '16 December

\ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

כסלו תשע"ז \ '16 December 31

22

הקריה

\ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

הקריה \ נייעס און באריכטן פון קרית יואל

כסלו תשע"ז \ '16 December

כסלו תשע"ז \ '16 December 27

26

הקריה

Hooray! Your file is uploaded and ready to be published.

Saved successfully!

Ooh no, something went wrong!